ספריית חב"ד ליובאוויטש

שפ

מדריך ומנהל כללי

מורנו הבעל שם טוב איז געווען אַ מדריך און מנהל כללי פון עם אלקי ישראל אין אַלע ענינים כלליים און אין אַלע ענינים פרטים ופרטי פרטים, וועלכע האָבן נאָר אַ שייכות צו דעם עם ישראל, הן אין עניני תורה ועבודת השי"ת און הן אין עניני מדות ומנהגי ישראל פון אַלע מפלגות, פון דעם גדול שבגדולים אין ידיעות התורה בנגלה, במחקר ובדרוש ביז דעם איש הפּשוט אנשים, נשים, ילדים וילדות, רייך אָדער אָרעם, אָן אונטערשייד וואו זיי געפינען זיך אין זייערע וואוין ערטער, גרויסע שטעט אָדער קליינע שטעט, דערפער, קליינע ישובים, מיהל-הייזער און קרעטשמעס.

מורנו הבעש"ט איז געווען אַ מנהיג און אַ מדריך פאַר אַלע אידן און אַ מעורר רחמי שמים על עם ישראל, אַ מליץ יושר פאַר אלקי ישראל על עם קדשו, אַז הוא יתברך זאָל יעדן אידן, מענער און פרויען, משפּיע זיין אַ שפע ברכה והצלחה אין בני חייא ומזונא רויחא209.


-----  הערות  -----

209) ספר השיחות שם ע' 92.