ספריית חב"ד ליובאוויטש

שפא

מעלת בני ישראל

כ"ק אדמו"ר הצ"צ אמר בשם אדמו"ר הזקן שאמר וועגן דעם זיידן – הכוונה על הבעש"ט נ"ע – אַז אַלעס וואָס ער האָט אויפגעטאָן איז לגלות וואָס אַ איד איז. נאָך אַלע תורות און סודות ששמעו מרבם הבעש"ט וואָס אפי' נאצלים ופרצופים העליונים וואָלטן זיך ווינטשן הערען דאָס, איז דער עיקר וואָס דער בעש"ט האָט מגלה געווען איז וואָס אַ איד איז210.


-----  הערות  -----

210) ספר השיחות שם ע' 115. וממשיך שם: אַ איד וואָלט וויסן וואָס פאַר אַן אָרט ער פאַרנעמט למעלה עד אין סוף וואָלט ער געשטאַנען גאָר אין אַ אַנדער ציור, זיין חב"ד חג"ת נה"י אויך לבושי הנפש מחדו"מ וואָלט געווען גאָר אין אַנדערע זאַכן, בני חייא ומזונא – דאָס וואָלט ממילא געווען, מען דאַרף נאָר האָבן אַ כלי, די השפּעה וואָלט געווען בדרך ממילא, אָבער ער אַליין וואָלט געווען גאָר אַנדערש.