ספריית חב"ד ליובאוויטש

שפג

מעלת נשמות ישראל

די מעלה עצמית פון נשמה וואָס אין דער מעלה זיינען אַלע נשמות ישראל גלייך, ווי דער רבי זאָגט212 כל הנשמות מתאימות, האָט מורנו הבעש"ט מגלה געווען.

מורנו הבעש"ט האָט מפרסם געווען די מעלה עצמית פון אידן, און האָט דערביי מטעים געווען, אַז די מעלה עצמית איז מער בגילוי באַ פּשוט'ע אידן, מער ווי באַ די לומדים213.


-----  הערות  -----

212) ראה תניא פל"ב.

213) ספר השיחות תש"א ע' 33.