ספריית חב"ד ליובאוויטש

שפו

פתח הצינור של חסידות

דער בעש"ט האָט פותח גיווען דעם צינור פון חסידות. פאַר דעם בעש"ט זיינען אויך געווען כמה וכמה צדיקים חסידים און האָבין מדריך גיווען כמה וכמה תלמידים בדרכי החסידות, אָבער דאָס איז גיווען יחידי סגולה אידין צדיקים וואָס זיינען געווען חסידים.

דער בעש"ט נ"ע האָט אַרויס געטראָגין די חסידות פון רשות היחיד און אַריין געטראָגין אין רשות הרבים, אַז ניט נאָר די יחידי סגולה קאָנען זיין חסידים, נאָר דער רבים דאַרפן זיין חסידים, און האָט געוויזן די דרכי החסידות וואָס אפילו פּשוט'ע מענטשין קאָנען זיין חסידים217.


-----  הערות  -----

217) אגרות-קודש שם ע' תנ. וממשיך שם: דער רבי האָט פותח געווען דעם צינור פון מסירת הגוף אויף חסידות.