ספריית חב"ד ליובאוויטש

לט

ואתחנן ו, ז: ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך.

ושננתם דו זאָלסט משנן זיין, לשון שינון, לבניך צו די וואָס ווילן פאַרשטיין, ודברת בם זאָלסט אַריינרעדן אין זיי, דורך דעם וועט זיין בשבתך בביתך, די אייגענע ניצוצות מברר זיין, ובלכתך בדרך מברר זיין אין יענעם און אין עולם, דאָס איז נוגע ובשכבך יום המיתה, ובקומך תחית המתים117.


-----  הערות  -----

117) ספר השיחות תש"ד ע' 143. מועתק בזה ע"ד תורה הנ"ל:

אַמאָל איז הוד כ"ק רבינו הזקן אַרויסגעקומען צו די תלמידים – עס איז דאַן געווען אַ צייט, וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מרגיש געווען אַז אייניגע תלמידים האָבען גענומען די זאַך ניט ריכטיג – און האָט זיי געזאָגט אַ תורה פון מורנו הבעש"ט אויפ'ן פּסוק ושננתם לבניך: [ההמשך בפנים].

אַז די תלמידים האָבן דאָס געהערט, זיינען זיי פיל מאָל געפאַלן אין חלשות.

זיי האָבען גע'חלש'ט ניט ווייל זיי האָבען זיך דערשראָקען פאַר'ן יום המיתה און ניט ווייל זיי האָבן געזשאַלעוועט דעם יום הקימה. נאָר אַז מען דערזעט אַ עצמי חלש'ט מען.