ספריית חב"ד ליובאוויטש

שצא

שמחה

הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ פלעגט לערנען און מדייק זיין אין די אותיות פון אדמו"ר הזקן. דער אַלטער רבי האט געזאָגט, אַז צדיקים זיינען דומים לבוראם. האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק מדייק געווען, אַז כשם ווי אין מתן תורה, אין די עשרת הדברות, איז געווען צוויי ענינים מצות עשה און מצות לא תעשה, אַזוי איז אויך אין דעם ענין פון התגלות הבעש"ט, איז דאָס געווען אין דעם צוויי ענינים, מ"ע און מל"ת די ל"ת איז וואָס דער בעל שם טוב האָט צוגענומען טרערן ביי אידן, ווי עס איז ידוע פון די עניני הבעש"ט, אַז ער האָט זיך משתדל געווען אין דעם ענין פון שמחה, מאַכן אַ אידן ער זאָל זיין בשמחה וואָס ער איז אַ איד222.


-----  הערות  -----

222) ספר השיחות תש"א ע' 132.