ספריית חב"ד ליובאוויטש

מ

ראה יד, א: בנים אתם לה' אלקיכם.

בנים אתם להוי' אלקיכם, באַ יצחק'ן שטייט118 אלה תולדות יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק, יצחק איז געווען אברהם'ס אַ זוהן אָבער דאָס איז נאָך ניט אַלץ, ישמעאל איז אויך אברהם'ס אַ זוהן, ישמעאל בן אברהם, אמת אברהם האָט נאָך דאַן ניט געהאַט די מצות מילה און די גרויסע מעלה פון תמימות און אַז יצחק איז געבאָרען האָט שוין אברהם מקיים געווען די מצות מילה און איז שוין געווען אַ תמים און פון דעם וואס עס שטייט אלה תולדות יצחק בן אברהם וואָלטען מיר אַ טעות האָבן און מיינען אַז יצחק איז אויך מער ניט ווי אברהם הגשמית אַ זוהן האָט השי"ת געזאָגט באַ תולדות יצחק איר זאָלט קיין טעות ניט האָבען און מיינען אַז דער יחוס פון יצחק איז מער ניט ווי דאָס וואָס יצחק בן אברהם, עס איז אַ גרעסערע יחוס וואָס איז מער ניט פאַראַן ווי באַ יצחק'ן דאָס איז אברהם הוליד את יצחק וואָס דער קלסתר פנים פון אברהם האָט נאָר יצחק און דאָס איבערגעגעבן צו יעקב אבינו בירושה לכל ישראל, און דאָס איז בנים אתם להוי' אלקיכם אַז נשמות ישראל זיינען אַ חלק מעצמות א"ס ב"ה119.


-----  הערות  -----

118) תולדות כה, יט.

119) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ה ע' רמו.