ספריית חב"ד ליובאוויטש

תיא

נפתחו השמים

הרב המגיד האָט געזאָגט: אַז מיר זיינען געווען חג השבועות ביים רבי'ן – מורנו הבעש"ט – איז געווען נפתחו263 השמים ואראה מראות אלקים264.


-----  הערות  -----

263) יחזקאל א, א.

264) ספר השיחות תש"ג ע' 120. וממשיך שם: און הוד כ"ק אדמו"ר הזקן האָט געזאָגט: אַז מיר זיינען געווען ביים רבי'ן – הרב המגיד ממעזריטש – חג השבועות האָט מען געזען און דערהערט.

דער בערדיטשעווער איז געווען אַ עמקן גדול. אַמאָל האָט ער געזאָגט אַ ענין אין נגלה און האָט אָנגעהויבן מיטן פּסוק הנה ד' רוכב על "עב" "קל", האָט ער געזאָגט ע"ב קושיות און ק"ל פּירוקים. הוד כ"ק אדמו"ר הזקן האָט אויף דערויף געשריבן פיר הונדערט בויגן. און האָט געזאָגט דערנאָך, אַז דאָס קומט ניט צו דעם וואָס מ'האָט געזען שבועות ביים רבי'ן.

הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ האָט אויסגעפירט: דאָס איז ניט נאָר ביים מגיד נאָר ביי אַלע רביים, און ניט נאָר אין יענעם זמן – נאָר אין אַלע זמנים. נאָר מען דאַרף האָבן כלים פּנימיים.