ספריית חב"ד ליובאוויטש

תיד

פרנסה

עס איז געווען באַקאַנט דעם בעש"ט'ס שיטה אין פּרנסה אַז אידן באַדאַרפן זיך בעזעצין אין דערפער אין קליינע ישובים און אין קרעטשמעס, פאַרנעמען זיך מיט עבודת אדמה, און די אַנדערע דאָרף זאַכן, זיין אַרענדאַטערס און קרעטשמעס, טייכער – וואָס שטייסן מיהלן – ווינט- מיהלן, און גערטנער, פילע הונדערטער אידישע משפּחות האָט דער בעל שם טוב באַזעצט אויף פריער-דערמאָנטע באַשעפטיקונגען, און פלעגט זיי – די דאָרפס לייט און בעלי ישוב – שיקן מלמדים און שוחטים פון זיינע תלמידים וואָס זאָלן לערנען מיט זייערע קינדער.

באַ דעם בעל שם טוב איז געווען אַ ספּעציעלע קופּה של צדקה, מיט דעם נאָמען פּדיון שבוים, העלפן די אַרענדאַטערס און די קרעטשמערס וואָס האָבן ניט געהאַט מיט וואָס צו באַצאָלן די אַרענדע געלטער269.


-----  הערות  -----

269) ממכתב כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ. וראה לקוטי דיבורים ח"ב רו, א. ספר השיחות תרצ"ו ע' 21.