ספריית חב"ד ליובאוויטש

תטז

ריקוד במחול

דער ריקוד במחול – אין אַ עיגול הנהוג אצל החסידים – איז דאָס נתחדש געוואָרן בימי הבעש"ט271, מחול איז מקיף, דער ערשטער גילוי מוז זיין אַ מקיף ער איז זיך ניט מתיישב אין כלים בכלל און אין פּנימיות בפרט, דער זיידע רבינו הגדול מיט זיין מסירת נפש אויף חסידות און אויף חסידים האָט מיישב געווען דעם מקיף אין אַ פּנימיות און האָט געמאַכט כלים צו פּנימיות, איצטער אַז חסידים טאַנצן אַ מחול איז דאָס אורות בכלים און אור מקיף שורה עליהם, והמקיף פּועל בפּנימי272.


-----  הערות  -----

271) ראה גם ספר השיחות תרצ"ט ע' 306. הועתק לעיל בהערה לסימן נד.

272) לקוטי דיבורים ח"א לד, א.