ספריית חב"ד ליובאוויטש

מב

וילך לא, יח: ואנכי הסתר אסתיר פּני ביום ההוא.

עס איז ידוע די תורה פון בעש"ט129 אויפן פּסוק "ואנכי הסתר אסתיר פּני ביום ההוא", אַז דער פּירוש פון "הסתר אסתיר" – צוויי מאָל הסתר – איז, אַז דער הסתר גופא איז פאַרבּאָרגן. ד. ה. אַז דער פאַרשטעל איז אַזוי גרויס, אַז מען פילט גאָרניט אַז דאָס איז אַ הסתר ביז אַז עס קאָן קומען ח"ו צו – "שמים130 חשך לאור"131.


-----  הערות  -----

129) ספר תולדות יעקב יוסף ר"פ בראשית.

130) ישעי' ה, כ.

131) לקוטי שיחות ח"ט ע' 193. וראה לקוטי שיחות ח"ז ע' 41 ואילך. ח"ו ע' 191 הערה 22. חי"ח ע' 298 הערה 53.