ספריית חב"ד ליובאוויטש

מו

ישעי' א, טו: ובפרשכם כפיכם אעלים עיני מכם גם כי תרבו תפלה אינני שומע ידיכם דמים מלאו.

דער בעש"ט האָט . . דאַן מבאר געווען אַז הגם די עבודה עיקרית אין עבודת השי"ת איז טאַקע עבודת המוח און עבודת הלב, וואָס דאָס מיינט עבודה אין לימוד התורה און עבודה אין תפלה, וואָס דורך די צוויי עבודות איז שוין במילא די עבודה אין מדות און עניני עולם ווי עס באַדאַרף צו זיין, דאָך קען אָבער זיין ידיכם דמים מלאו, אַז אפילו ווען מען גיט דעם אָרימאַן אַ נדבה ביד רחבה אָבער עס פעלט דער הרגש במצב זולתו איז דאָס שפיכת דמים, און דאָס איז ובפרשכם כפּיכם, ווען איר שפּרייט פאַנאַנדער אייערע הענט און גיט צדקה ביד רחבה, וואָס דאָס איז די עבודה פון עבודת הלב, דאָך איז אעלים עיני מכם, וועל איך דאָס ניט זעהן, ווייל דאָס איז ניט קיין עבודה אמיתית. אמיתית העבודה איז ווען מען איז מרגיש דעם זולת. גם כי תרבו תפלה וואָס מיינט עבודת המוח איז דאָס אויך קיין עבודה, ווייל מען דערהערט ניט דעם זולת מיט אַ הרגש אמיתי, איז דאָס שפיכת דמים, וואָס דאָס איז דער טייטש ידיכם דמים מלאו, אייערע מדות אַפילו די מדות טובות זיינען דמים מלאו142.


-----  הערות  -----

142) ספר המאמרים אידיש ע' 216 ואילך. וראה שם כל הסיפור בזה.