ספריית חב"ד ליובאוויטש

נז

מלאכי ג, יב: כי תהיו אתם ארץ חפץ אמר ה' צבאות.

עס שטייט כי תהיו אתם ארץ חפץ אמר ה' צבאות, אָט אַזוי ווי די גרעסטע חכמים וועלן אייביג ניט דערגיין די גרויסע טבעיות'דיקע אוצרות, וועלכע השי"ת האט טובע געווען בארץ, אַז הכל הי' מן העפר161, אָט אַזוי קען קיינער ניט דערגיין די גרויסע אוצרות וואָס ליגן אין אידן, וואָס זיי זיינען דעם אויבערשטנ'ס ב"ה ארץ חפץ. וסיים הבעש"ט: איך וויל מאַכן פון אידן, אַז זיי זאָלן געבן דעם יבול, וואָס דעם אויבערשטנ'ס ב"ה אַ ארץ חפץ קען געבן162.


-----  הערות  -----

161) קהלת ג, כ.

162) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' רפה (הועתק ב"היום יום" יז אייר). וראה אגרות-קודש שם ע' קפ. ע' קפח. ע' רפה. ח"ד ע' קיט (הועתק ב"היום יום" ב אלול). מאמר ד"ה ארשב"נ תר"ץ. ספר השיחות תרצ"ו ע' 41. ע' 123. וראה לעיל סימן כט. לקמן סימן קכה. קמב.