ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו

בראשית ברא אלקים, בראשית איז ענינו ב' ראשית25, עס זיינען פאַראַן צוויי ראשית'ן, ראשית פון בריאת העולם, דער וועלטלעכער בראשית און דער תורה ראשית. בראשית ברא אלקים, די ב' ראשית'ן זיינען בכדי עס זאָל זיין ברא{20} אלקים מען זאָל מגלה זיין די אמיתית הכוונה פון דעם שם אלקים. ספירת הכתר איז ראשית און ספירת החכמה איז ראשית26. דער ראשית פון ספירת הכתר איז העלם דער ראשית פון ספירת החכמה איז גילוי, ראשית חכמה יראת ה'27, דער אור וחיות פון חכמה וואָס איז מאיר אין שבת בראשית ווערט נמשך על כללות השנה, וואָס אַלע טעג פון שנה, הן די ימי החול שבת ומועדים הכלליים, הן די מועדים הפרטים פון יעדער יחיד, יום הכניסה לחדר, יום הבר מצוה און אַנדערע ימי חיי האדם ומאורעותיו זיינען זיי אַלע מקבל פון דעם שבת בראשית28.


-----  הערות  -----

25) ראה רש"י ורמב"ן עה"פ.

26) ראה תורת חיים בתחלתו.

27) תהלים קיא, י.

28) שיחת י"ד תשרי ה'שי"ת (ספר השיחות ה'שי"ת ע' 356). נתבאר בשיחת ש"פ בראשית – התוועדות א' וב' – תשי"ד (תורת מנחם התוועדויות תשי"ד ח"א ע' 106 ואילך. ע' 114 ואילך).

ובמכתב כח תשרי תש"י (אגרות-קודש ח"ג ע' רא): ואחתום בפתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א: איך וועל זאָגן אַ וואָרט פון די רביים בשם הוד כ"ק רבינו הזקן וואָס ער האָט געהערט פון זיין רבין דעם מגיד בשם רבו הבעש"ט נ"ע: בראשית ברא, ראשית איז חכמה ראשית חכמה יראת ה', דער אור וחיות פון חכמה וואָס איז מאיר אין שבת בראשית ווערט נמשך על כללות השנה, וואָס אַלע טעג פון כל השנה זיינען מקבל פון שבת בראשית!

וראה לקוטי שיחות ח"ב ע' 658. ח"א ע' 1. ובספר השיחות תש"ה ע' 65: עס איז דאָ אַ מאמר פון הוד כ"ק רבינו הזקן אַז די הארה פון שבת בראשית איז מאיר בכל שבתות השנה. הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק האמצעי איז מאריך אין דעם. עי"ש הביאור בזה.

וראה שיחת יום ש"ק בראשית תש"ז (ספר השיחות תש"ז ע' 80): דער אַלטער רבי קומענדיג אין ליאזנע האָט ער מיטגעבראַכט מיט זיך פון מעזריטש דריי זקנים וואָס זיינען נאָך געווען ביי מורנו הבעש"ט.

דער אַלטער רבי האָט געהערט פון די זקנים הנ"ל אַ תורה וואָס זיי האָבן געהערט פון בעש"ט, דער תוכן פון דער תורה איז וועגן מעלת שבת בראשית, דבר בזה מעלת החכ' על כתר און די הפלאה פון כתר וואָס חכ' איז מקבל פון איר.

דער אַלטער רבי האָט די תורה מקבל געווען אין נקודות, און ער האָט דאָס שוין גערעדט אין זיינע אותיות – אויף זיין "עברי".