ספריית חב"ד ליובאוויטש

ס

תהלים כב, ד: ואתה קדוש יושב תהלות ישראל.

. . . האָט דער רבי דער בעש"ט געפרעגט ביי דעם גאון ווי גייט עס אים אין געזונט, צי האָט ער זיין הצטרכות און הספּקה, דער גאון האָט זיך אויף דעם רבי'ן, וועלכער איז געווען געקליידעט ווי אַ פּשוט'ער דאָרפסמאַן, ניט אומגעקוקט. דער רבי האָט עטליכע מאָל געפרעגט די פראַגען ביז דער גאון איז געוואָרן זייער בייז און מאַכט צום רבי'ן מיט דער האַנט אָנווייזענדיג אויף דער טיר אַז ער זאָל אַוועקגיין. זאָגט דער רבי דער בעש"ט צום גאון, רבי פאַרוואָס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פּרנסה כו'165. הערענדיג די דאָזיגע רייד איז דער גאון געבליבן ווי צעטומעלט. עפּעס אַ איד אַ דאָרפסמאַן רעדט וועגן דעם כביכול אַז מען דאַרף דעם כביכול געבען פּרנסה א.ז.וו.

דער רבי דער בעש"ט האט דערקענט די מחשבות פון דעם גאון, זאָגט ער צו אים די אידן זיצען אויף דער פּרנסה וואָס השי"ת גיט זיי, אויף וואָס פאַר אַ פּרנסה זיצט דער כביכול. דאָס זאָגט אונז דוד המלך אין תהלים ואתה קדוש און דו הייליגער אויף וואָס פאַר אַ פּרנסה זיצסטו יושב תהלות ישראל, דער כביכול זיצט אויף די אידישע לויבונגען וואָס אידן לויבן אים ב"ה פאַר דעם געזונט און פּרנסה וואָס ער ב"ה גיט זיי, און פאַר די לויב ווערטער וואָס אידן לויבען השי"ת גיט ער ב"ה זיי בני חיי ומזוני רויחא166.


-----  הערות  -----

165) ראה במאמר שם ס"ב בביאור מרז"ל (שהש"ר פ"א, ט בסופו) "רעיתי – מפרנסתי".

166) ספר המאמרים אידיש ע' 138 ואילך. מועתק בזה קטע מהמאמר ע"ד תורה הנ"ל שסיפר הרב המגיד לאדמו"ר הזקן וביאורו בלקוטי שיחות ח"ז ע' 135 ואילך:

דער הייליגער בעש"ט ווען ער איז נאָך געווען אַ נסתר און האָט געוואַנדערט פון שטאָדט צו שטאָדט און פון דאָרף צו דאָרף איז ביי דעם הייליגען בעש"ט געווען איינע פון זיינע עבודות הקודש צו פרעגן ביי יעדער אידן, מענער און פרויען, אַלט און יונג, ווי עס גייט זיי אין געזונט . . אין פּרנסה, און איז זייער געווען צופרידען צו הערען די אים ליבע ענטפערס וואָס די אידען, מענער, פרויען און קינדער פלעגן אים ענטפערן מיט פאַרשידענע ג-ט לויבענישן אויסשפּראַכן, ברוך השם, געלויבט השי"ת . . .

איין מאָל האָט פּאַסירט אַז דער רבי דער בעש"ט איז געקומען אין אַ געוויסן ישוב, האָט דער רבי דער בעש"ט זיך געפירט מיט זיין הייליגען דרך אין עבודת השם אויף מזכה צו זיין די אידן, מענער, פרויען און קינדער, מיט דעם גרויסען זכות וואָס זיי לויבען ג-ט ב"ה'ס הייליגען נאָמען. אין יענעם ישוב איז געווען אַ איד אַ גאָר טיפער זקן אַ גרויסער תלמיד חכם, אַ פּרוש פון אַלע וועלטליכע זאַכן. שוין איבער אַ יובל, פופציג יאָר, אַז ער זיצט יומם ולילה און לערנט די הייליגע תורה בפרישות ובקדושה. אַלע זיינע יאָרן איז ער אַ יושב בתענית אין טלית ותפלין ביז שפּעטיגער מנחה און ערשט נאָך תפלת ערבית איז ער טועם אַ שטיקעל ברויט מיט וואַסער.

ווען דער רבי דער בעש"ט איז אַריינגעגאַנגען צו דעם גאון איז דער פּרישות שטיבל וואָס איז געווען אין אַ ווינקעל פון דער שוהל האָט [ההמשך בפנים. וממשיך בלקוטי שיחות שם:]

דאַרף מען פאַרשטיין: אמת טאַקע אַז בכדי דער "ואתה קדוש" [וואָס מצד עצמו איז ער קדוש ומובדל פון עולמות] זאָל זיין "יושב" [ד. ה. ער זאָל נמשך ווערן למטה, וואָס די המשכה ווערט אָנגערופן "בשם ישיבה כמו היושב שמשפּיל קומתו"[ftnref_3_1]], דאַרף זיין די עבודה פון אידן – אָבער, לכאורה, קען מען דאָס אויפטאָן אויך דורך לימוד התורה[ftnref_4_2].

היינט פאַרוואָס האָט דער בעש"ט געזאָגט צום גאון, וועלכער האָט געלערנט תורה יומם ולילה במשך פון איבער אַ יובל[ftnref_5_3] יאָרן, "פאַרוואָס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פּרנסה כו'" – ובפרט אַז אויך דאַן, בעת דער בעש"ט האָט אים דאָס געזאָגט, האָט ער געהאַלטן אינמיטן לערנען?

ואפילו אַז מ'וועט שוין מבאר זיין אַז דער "ואתה קדוש" טוט זיך אויף דוקא דורך "תהלות ישראל"

– האָט דאָך דער בעש"ט געקענט מעורר זיין דעם גאון ער זאָל לויבן דעם אויבערשטן אויף דעם וואָס ער לערנט "בפרישות ובקדושה", פאַרוואָס האָט ער אים געדאַרפט פרעגן וועגן ענינים גשמיים (געזונט וכו')?

נאָר דער ביאור אין דעם איז:

דער תכלית כוונת הבריאה איז, עס זאָל זיין אַ דירה לו ית' בתחתונים[ftnref_6_4], אַז פון די נידעריקע ענינים זאָל מען מאַכען אַ דירה צום אויבערשטן. און אָט די "דירה" ווערט אויפגעטאָן

[בעיקר – דורך עבודת האדם בתחתונים, ניט אַזוי דורך לימוד התורה, אָדער דורך לויבן דעם אויבערשטן פאַר לימוד התורה – ווייל לימוד התורה איז בעיקר שייך צו דעם "עליון" וואָס איז דאָ באַ אַ אידן, צו דער נפש האלקית – נאָר]

דורך לויבן דעם אויבערשטן "פאַר געזונט און פּרנסה" – ענינים וועלכע זיינען שייך צום גוף און נפש החיונית[ftnref_7_5]: דורך דעם וואָס אידן "דערהערן" אַז (אויך) זייערע גשמיות'דיקע צרכים קומען פון אויבערשטן און זיי לויבן אים דערפאַר – דורך דעם מאַכט מען אַ דירה לו ית' בתחתונים.

און דעריבער, ווען דער בעש"ט האָט געזען ווי דער גאון זיצט אין אַ פּרישות-שטיבל, אָפּגעשיידט פון אַלע וועלטליכע זאַכן, ניט האָבנדיק צו טאָן מיט זיין גוף, נה"ב וחלקו בעולם – מיט "תחתונים"

(וואָרום דאָס וואָס ער האָט געגעסן איז געווען בלויז להכרח קיומו, ער האט זיך אָבער ניט אָפּגעגעבן מיט מברר זיין דעם גוף, נה"ב וחלקו בעולם),

האָט ער אים געזאָגט "פאַרוואָס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פּרנסה"[ftnref_8_6] עס זאָל מקויים ווערן דער נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים.

און דערפאַר האָט דער בעש"ט געזאָגט, אַז "דער כביכול זיצט אויף די אידישע לויבונגען וואָס אידען לויבן אים ב"ה פאַר דעם געזונט און פּרנסה וואָס ער ב"ה גיט זיי"[ftnref_9_7].

-----שולי הגליון-----

1) לקו"ת קדושים כט, ג.

2) וראה לקו"ת בהר מ, סע"א ואילך, שענין "רעיתי" (ראה לקו"ש ח"ז ע' 136 הערה 10) הוא ע"י התורה – לכו לחמו בלחמי.

3) שנקרא "עולם" (תדבא"ר פ"ו. מכילתא ורש"י משפטים כא, ו. וראה בחיי וציוני שם).

4) תנחומא נשא טז. וראה לקוטי שיחות ח"ו ע' 17 הערה 42.

5) ראה תניא פל"ז (מח, ב).

6) וע"ד – להבדיל באין קץ – הפרנסה (המזון) כפשוטה, שבהעדר המזון אז נפרדת הנשמה מהגוף – עד"ז הוא גם בענין מפרנסתי למעלה – בזה תלוי קיום הענין דנתאווה הק' להיות לו ית' דירה בתחתונים. וכמחז"ל מה הקב"ה מלא כל העולם אף הנשמה מלאה את כל הגוף (ברכות י, א. וראה ויק"ר ספ"ד (ובכ"מ) בסדר הפוך – שהובא בכ"מ: הנפש הזו ממלא את הגוף והקב"ה ממלא את עולמו כו').

7) ועפ"ז יובן מה שהבעש"ט הפסיקו באמצע לימודו – אף שת"ת גדולה מכל המצות (הל' ת"ת לאדה"ז פ"ד רה"ג) – כי בלי הילול זה, חסר גם בהתורה שלומד. וכמרז"ל (יבמות קט, ב) כל האומר אין לי אלא תורה אפילו תורה אין לו.