ספריית חב"ד ליובאוויטש

סא

תהלים לד, טו: סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפהו.

אין יעדער דבר גשמי פון דברים המותרים זיינען פאַראַן טוב ורע: דער גשמי איז רע און דער חיות אלקי וואָס איז מחי' דעם גשמי איז טוב. באַדאַרף דער מענטש וואָס באַנוצט דעם גשמי זיין אַ סור מרע, ניט וועלען דעם תענוג וואָס איז פאַראַן אין דעם גשמי, און זיין ועשה טוב וועלען געשפּייזט און געהאלפען ווערן פון דעם חיות אלקי וואָס איז אין דעם דבר הגשמי. בקש שלום ורדפהו דער מענטש וואָס איז אַ סור מרע און אַ ועשה טוב, באַדאַרף זוכן און נאָכלויפן צו מאַכן שלום צווישן דעם גשמי און חיות אלקי וואָס איז אים מחי'167.


-----  הערות  -----

167) ספר המאמרים אידיש ע' 75 (הועתק ב"היום יום" ה מנחם-אב).