ספריית חב"ד ליובאוויטש

סט

פירש מורנו הבעש"ט נ"ע דער תכלית העבודה איז לב נשבר, תכלית אופן העבודה איז הצנע לכת, און וויבאַלד אזוי איז דאָס, איז אשרי העם יודעי תרועה, שיודעים איך להריע, ווי צו ברעכן זיך אַז בפנימיות זיינען זיי בלב נשבר און בחיצוניות זיינען זיי שמח וואָס זיי זיינען זוכה צו זיין עבדי השם, און אויף דעם איז ער מבקש הוי', הוי' דלעילא, באור פניך יהלכון, וואו זיי וועלן גיין זאָל זיין באור פניך176.


-----  הערות  -----

176) ספר המאמרים תש"ח ס"ע 284 ואילך. וראה לעיל סימן ג.