ספריית חב"ד ליובאוויטש

עא

תהלים קד, כג: יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב.

דער מענטש גייט צו זיין טואונג און זיין אַרבעט באַדאַרף ער טאָן ביז אָוונט.

דער רבי נ"ע זאָגט בשם הבעש"ט נ"ע אַז יעדע נשמה וואָס ג-ט ב"ה שיקט אַראָפּ אויף דער וועלט האָט אַ שליחות וואָס די נשמה דאַרף אויפטאָהן אויף דער וועלט, וואָס די שליחות מוז די נשמה דורכפירן, ווייל אַזוי איז די גזירה עליונה אַז דאָס איז דער פּועל פון דער נשמה, און דער בעש"ט נ"ע האָט געטייטשט דעם פּסוק יצא אדם לפעלו, דער מענטש גייט צו זיין טואונג, דאָס מיינט צו זיין נשמה שליחות וואָס דאָס איז פּעלו וואָס צוליב דעם איז די נשמה געשיקט געוואָרן אויף דער וועלט און יעדער דאַרף וויסן און געדענקען אַז ולעבודתו עדי ערב אַז זיין נשמה שליחות אַרבעט בעדאַרף ער טאָן און מוז דורכפירן עדי ערב ביז עס ווערט ערב, דאָס מיינט אַז מען בעדאַרף דורכפירן די נשמה שליחות איידער עס ווערט שפּעט179.


-----  הערות  -----

179) ספר המאמרים אידיש ע' 200 (הובא ונתבאר בלקוטי שיחות חי"ד ע' 176 ואילך). וראה אגרות-קודש אדמו"ר מוהריי"צ ח"ג ס"ע תלא ואילך (הועתק ב"היום יום" א אדר א).