ספריית חב"ד ליובאוויטש

עט

תהלים קכו, ו: הלוך ילך ובכה נושא משך הזרע בא יבא ברינה נושא אלומותיו.

מורנו הבעש"ט האָט געטייטשט דעם פּסוק197, הלוך ילך ובכה, אַז מען גייט מיט אַ מרירות נאָך דעם דאַוונען איז נושא משך הזרע, ווערט אַ זריעה פון דעם עבודת התפלה, ווי איז אָבער אַז בא יבא ברינה, אַז מען פילט זיך בהרחבה נאָך דעם דאַוונען, אַז מען איז צופרידן פון דער אייגענער עבודה אין תפלה, איז ער מער ניט ווי אַ נושא אלומותיו ער טראָגט פּוסטע שטרוי זאַנגען198.


-----  הערות  -----

197) ראה גם צפנת פענח פ' בא לז, ג [בדפוס ראשון: כח, ד ואילך].

198) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 93. ושם לפנ"ז:

החסיד ר' בער מאָסייעוו איז געווען אַ תלמיד פון דעם מיטעלן רבי'נס חסידים ר' שמואל און ר' ברוך טאַמאַרעס. ר' שמואל איז געווען אַ האַרציקער און ר' ברוך איז געווען אַ בעל מוחין. ביי דער ערשטער יחידות וואָס ר' בער מאָסיווער איז אַריינגעגאַנגען צו דעם עלטער זיידן רבי צמח צדק, האָט אים כ"ק אדמו"ר געזאָגט:

דער זיידע האָט געזאָגט: [ההמשך בפנים. ולאח"ז ממשיך:]

האָט החסיד ר' בער מאָסייעוו געזאָגט, אַז מיט דעם האט דער רבי צמח צדק אים איבערגעמאַכט מן הקצה אל הקצה.