ספריית חב"ד ליובאוויטש

פג

משלי ד, ב: כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו.

כי לקח טוב נתתי לכם, דאָס איז תורת הנגלה, וואָס פון דעם קען זיין אַז מען זאָל מיינען אַז נתתי "לכם", אַז דאָס איז לכם און פאַרגעסן אויפן נותן התורה, מען זוכט היתרים און מען פרעגט קושיות, אָבער אַז תורתי, אַז מען לערנט פּנימיות התורה, גלייבט מען אין השגחה פּרטית, דעמאָלט איז, אל תעזובו, איז מען ניט פאַרלאָזן204.


-----  הערות  -----

204) ספר השיחות תש"ב ע' 128. וראה ספר המאמרים תש"ב ע' 109. ומועתק בזה הסיפור ע"ד תורה הנ"ל (ספר השיחות שם):

דער בעש"ט איז אַמאָל געוען אין סלוצק. מען האָט אים דאַן איינגעלאַדן צו קומען צו אַ חנוכת הבית פון ביהמ"ד און די פאַרזאַמלונג איז געווען אין חצר פון ביהמ"ד. מען האָט דאָרט דעם בעש"ט אָפּגעגעבן אַ גרויסן כבוד. דער בעש"ט האָט דאַן געזאָגט תורה זיצנדיק אויף אַ שטיין, וואָס די אידן האָבן אַליין געבראַכט צום בנין פון ביהמ"ד, וועלכן מען האָט נאָך ניט שוקע געווען אין בנין. האָט דאַן דער בעש"ט געזאָגט, אַז דער שטיין וואָס אַ איד האָט אים געטראָגן צו בויען אַ ביהמ"ד איז זייער טייער, ע"ד שמובא ברחב"ד (שהש"ר וקה"ר בתחלתו) און האָט געזאָגט תורה אויף דעם שטיין און די תורה איז זייער געפעלן די אנשים פּשוטים.

די לומדים פון שטאָט האָבן דאַן געפרעגט: וואָס האָט איר אויפגעטאָן אין תורה, מען האָט דאָך פריער אויך געלערנט, עס שטייט דאָך כי לקח טוב נתתי לכם, האָבן מיר דאָך תורה.

האָט זיי מורנו בעש"ט געענטפערט, איך בין ניט געקומען צו מחדש זיין קיין זאַך, נאָר מפרש זיין פּשטי הכתובים, און טאַקע דער זעלבער פּסוק וואָס איר האָט געברענגט, דער פּירוש איז אַזוי [כבפנים].