ספריית חב"ד ליובאוויטש

פח

איכה ה, א: זכור ה' מה הי' לנו הביטה וראה את חרפתנו.

צווישן די תורות וואָס דער אַלטער רבי, דער בעל התניא והשלחן ערוך, האָט געבראַכט קומענדיק דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש זיינען געווען צוויי פאַרשידנאַרטיגע תורה אויסטייטשונגען אויף דעם פסוק זכור ה' מה הי' לנו הביטה וראה את חרפתנו, וואָס מורנו הבעש"ט נ"ע האָט אָט די צוויי פאַרשידנאַרטיגע תורות אויף איינעם און דעם זעלבן פּסוק זכור ה' וגו' געזאָגט אויף צוויי פאַרשידנאַרטיגע מסיבות אין באַזונדערע צייטן מיט איין און דער זעלבער הקדמה. אין דער אַלגעמיינער הקדמה האָט זיך דער בעש"ט נ"ע אָפּגעשטעלט אויף דער הייליגקייט פון דער געבורט פון אַ אידישן קערפּער, אָן אונטערשייד צי אַ זכר אָדער אַ נקבה. דער בעש"ט האָט גאָר ברייט אַרומגערעדט און קלאָר דייטליך ערקלערט די הייליגע ג-טליכע ליבשאַפט פון ג-ט ב"ה צו אידן, די ליבשאַפט פון ג-ט ב"ה צו די אידן איז ניט נאָר צו דער אידישער נשמה נאָר אויך דעם אידישן קערפּער, און די ג-טליכע ליבשאַפט איז צו אַלע געבאָרענע אידן אָן אונטערשייד, פון דעם גאון הגאונים ביז דעם פּשוט שבפּשוטים. דער גאון הגאונים האָט ג-ט ב"ה ניט מער ליב ווי דעם פּשוט שבפּשוטים, און דעם אידישן פּשוט שבפּשוטים האָט ג-ט ב"ה ניט ווייניגער ליב ח"ו ווי דעם גאון הגאונים. אין אַ ברייטערן שמועס ערקלערט דער בעש"ט זיין באַהויפּטונג אַז די ג-טליכע ליבשאַפט איז צום עצם מהות איד און אידישקייט, גאון און פּשוט דאָס זיינען צוויי נעמען פון טיטול באַגרייפונג, קענער און ניט קענער. קענער און ניט קענער זיינען נאָר באַגריפן וועלכע זיינען שייך צו כחות הגלוים אָבער אין עצם מהות איד און אידישקייט זיינען אַלע גלייך, ווייל אַלע אידן זיינען פון שם מ"ה דאצילות, ווי עס שטייט אין דעם מאמר פון פתח אליהו אַז שם מ"ה איהו אורח אצילות, דער בעש"ט ערקלערט מיט פעסטע באַווייזן פון טהרת המשפּחה, מילה און פּקוח נפשות אַז אַלע אידן זיינען גלייך באַליבט ביי ג-ט ב"ה. נאָך דער הקדמה האָט דער בעש"ט זייענדיג אין אַ מסיבה פון גרויסע גאונים וועלכע האָבן זיך שטאַרק מפלפּל געווען אין זאָגן חידושי תורה, און דער בעש"ט האָט געזען אַז די גאונים האָבן זיך אינערליך זייער איבערגענומען ביי זיך אַליין, מיט אַ שטאַרקער צופרידנקייט פון זייערע חדושי תורה, אין יענער מסיבה האָט דער בעש"ט געזאָגט די תורה זכור ה' מה הי' לנו, געדענק ג-ט וואָס עס איז געוואָרן פון אונזער מ"ה שבנשמה, הביטה וראה את חרפּתנו, קוק זיך צו און מאַך אונז זעהענדיג אונזער אייגענע שאַנדע. ביי אַ צווייטער געלעגנהייט אין אַ ישוב פון פּראָסטע אידן וועלכע האָבן געהאַט מסירת נפש אויף פּדיון שבוים מצד אהבת ישראל האָט דער בעש"ט געזאָגט זיינע תלמידים זכור ה' מה הי' לנו, געדענק ג-ט וואָס איז געוואָרן דורך זייער מ"ה שבנשמה, הביטה וגו' קוק זיך צו ווי זיי זיינען מחרף את נפשם צוליב אהבת ישראל211.


-----  הערות  -----

211) ספר המאמרים אידיש ע' 212.