ספריית חב"ד ליובאוויטש

פט

מגלת אסתר.

אין דער תורה וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט יענעם פּורים – תק"ה – האָט ער גערעדט וועגן דעם וואָס אין דער מגילה ווערן די אידן אָנגערופן מיטן נאָמען יהודים און זעקס מאָל אין דער מגילה שטייט יהודים מיט צוויי יודי"ן. אין די תורה ווערן אידן אָנגערופן בני ישראל און אין די מגילה – יהודים. עס איז ידוע אַז דער נאָמען "יהודים" איז צוליב דעם ענין מס"נ וואָס איז פאַראַן ביי אידן, און דאָס וואָס זיי ווערן אָנגערופן "בני ישראל", אַ בן פון יש ששים רבוא אותיות לתורה212, דאָס גיט זיי אַ כח אויף מס"נ. די צוויי יודי"ן וואָס איז פאַראַן אין נאָמען יהודיים, דאָס באַווייזט אויף די עשר כחות פון נפש האלקית און עשר כחות פון נפש הטבעית213.


-----  הערות  -----

212) ראה מגלה עמוקות אופן קפו.

213) ספר השיחות תש"ה ע' 71. ושם לפנ"ז:

אָט דער סיפּור האָט דערציילט הר' ישכר בער קאַבילניקער, וועלכער איז געווען באותו מעמד ביים בעש"ט, צו החסיד ר' משה ווילענקער און הר"מ האָט דאָס איבערדערציילט צו דודי זקני הרב"ש. ווי עס איז ידוע, אַז הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ פלעגט רופן רב"ש'ן: מיין בעל השמועה, ביי רב"ש'ן פלעגט מען פרעגן מכח ענינים צו הנהגה און סיפּורים. [ההמשך בפנים. ולאח"ז ממשיך:]

נאָר אין דעם ענין פון מסירת נפש אויף תורה און עבודה האָט זיך יעדערער זיין עבודה אויף מס"נ, ווי עס איז מבואר אין דעם ענין פון עבודה זרה, עבודה שהיא זרה לכם, ווי זי איז זרה צו יעדן לפי אופנו.

שנת תק"ה איז געווען אַן איבער-יאָר, האָט דער בעש"ט דאַן געזאָגט: איצטער איז די וועלט אין עיבור.

נאָך פּורים האָט דער בעש"ט גערופן הר' ישכר בער קאָבילניקער, וועלכער איז געווען דעם בעש"ט'ס אַ איד, און נאָך איינעם אַ מלמד און האָט זיי געזאָגט, אַז זיי זאָלן גיין אין די הוטע פון הר' ברוך אין ליאָזנא און זאָלן בענטשן זיין ווייב רבקה'ן, וועלכע איז דאַן געווען מעוברת מיט הוד כ"ק רבינו הזקן אין פערטן חודש.