ספריית חב"ד ליובאוויטש

צ

אסתר ט, כג: וקבל היהודים את אשר החלו לעשות.

דער רבי נ"ע זאָגט בשם הבעש"ט נ"ע וקבל היהודים מיט מסירות-נפש'דיגן קבלת-עול האָבן זיי מתקן געווען את אשר החלו, אָט דאָס וואָס זיי האָבן וואָכעדיג געמאַכט מצד זייער וואָכעדיגקייט וואָס קומט פון חולאת רוחני214.


-----  הערות  -----

214) ספר המאמרים אידיש ע' 104, ושם מבאר:

דאָס זיינען צוויי טייטשען אין דעם וואָרט החלו. איין טייטש איז החלו מלשון חולין, וואכעדיג, דער מיין פון דעם וואָרט וואָכעדיג איז אין צוויי אופנים, א) וואָכעדיג געוואָרען, ב) וואָכעדיג געמאַכט, דער צווייטער טייטש פון החלו איז מלשון חולי, קראַנקשאַפט, די אידען בזמן מרדכי זיינען קראַנק געוואָרען אויף דער מחלה רוחנית פון נהי' ככל הגוים, וואָס דער אויסגאַנג פון דער מחלה איז אַז מען ווערט וואָכעדיג, דאָס מיינט מען ווערט אַ מגושם מיט די אַלע גראָבע גשמיות'דיגע אייגענשאַפטען, אַז דער גאַנצער מהות פון דעם מענשען איז נאָר גשמיות הון ורכוש, גוט עסען, גוט טרינקען, שיין קליידען זיך, פאַרברענגען די צייט אין כל-ערליי פאַרגעניגענס גשמיים און אַלץ זיך נאָכגעבן אָהן קיינע גרעניצען פון די איסורי התורה, און מען איז אַזוי קראַנק אַז מען גייט אויך אַריבער די גרעניצען פון אנושיות אַז נמשלו כבהמות נדמו, מען ווערט אַזוי וואָכעדיג אַז מען וואַרפט פון זיך אַראָפּ אַפילו בושה, מען שעמט זיך ניט, אָט אַזוי ווי בעלי חיים וועלכע טוען אַלע זייערע קערפּערליכע באַדערפענישען ברבים אָהן בושה, אָט אַזוי זיינען די מגושמ'דיגע בעלי תאוות וואָס מיט זייערע אויפפירונגען ווערען זיי נאָך וואָכעדיגער פון די נידעריגסטע גרעבסטע פאַרדאָרבענע בעלי חיים. מיר זעהען במוחש אין די טבעי הבעלי חיים אַז נאָכדעם ווי זיי טוען אָפּ אַ קערפּערליכען תאוה פאַרלאַנג, אַפילו די חיות הטורפות, באַפאַלט זיי נאָכדעם אַ געוויסער אומעט און מאַנכעס מאָל זאָגאַר אַ מין אַראָפּגעפאַלענקייט און נידערגעשלאָגענקייט. חוקרים זאָגען אַז דאָס איז אַ בעל-חיים'דיגער מוסר כליות, דאָס מיינט אַז ווען אַ בעל חי ערפילט שוין זיין קערפּערליכע טבעיות'דיגע באַדערפעניש ווערט ביי אים עפּעס אַ העכערער געפיהל וואָס דאָס שאַפט ביי אים אַ אומעט פון אַ נידערלאַגע, אָבער ביי די מגושמ'דיגע בעלי תאות איז לא זו בלבד וואָס לא יתבוששו, זיי האָבען ניט קיין בושה, איז נאָך כי הלל רשע על תאות נפשו, ער באַרימט זיך נאָך מיט זיינע תאוות און ער מאַכט וואָכעדיג תורה ומצות, דער בעל-תאוה פאַרשוועכט אַלע אידישע הייליגקייטען וואָס מיט דעם מאַכט ער וואָכעדיג די מצות פון שבת, טהרה, תפילין וכו', און דאָס איז דער מיין פון דעם בעש"ט'ס טייטש אין דעם וואָרט החלו, די אידען אין יענער צייט, ווי אַ טייל אידען אין דער איצטיגער צייט, זיינען קראַנק געווען מיט דער מחלה נהי' ככל הגוים און זיינען געוואָרען אַזוי וואָכעדיג מגושם אַז זיי האָבען וואָכעדיג געמאַכט שבת, טהרת-המשפּחה וכו', האָט השי"ת געטאָן די תוכחה עצה, ווי ער ית' האָט מתרה געווען אַז די אידען פון אַלע דורות זאָלען וויסען אַז ווי זיי וועלען זיך פירען מיט תורה ומצות אַזוי וועט ער ית' זיך פירען מיט די אידען און וועט געבען די מאַכט אַ געוויסען המן'ען וועלכער וועט ברענגען די אידען צו תשובה, און דאָס מיינט וקבל היהודים, דער תשובה געשריי מיט אַ מסירת-נפש ווען המן האָט באַקומען די דערלויבעניש פון אחשורוש'ן להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים, האָבען די אידען דערפילט אַז דאָס איז די תוכחה עצה האָבן זיי גלייך תשובה געטאָן, חרטה געהאַט אויף די מעשים רעים און גענומען אויף זיך צו פירען לויט די תורה ומצות וועגען, אָט אַזוי ווי זיי האָבען אויף זיך מקבל געווען בשעת מתן תורה, און דאָס איז וקבל היהודים, דער קבלת-עול פון די אידען און די תשובה תנועה צו פאַרריכטען דאָס וואָס זיי האָבען פריער וואָכעדיג געמאַכט, אָט דאָס האָט געבראַכט די גרויסע ישועה אַז ונהפוך הוא אַז דער להשמיד להרוג ולאבד ווערט אויסגעפירט אויף המן'ען און אַלע שונאי ישראל.