ספריית חב"ד ליובאוויטש

צא

אין זמן פון בעש"ט איז אַמאָל געוועזן אַ שלעכטער יאָר, האָט דער בעש"ט געזאָגט גזירה עבידא דבטל און האָט דאַן געשמועסט מיט זיין חבריא קדישא, וויפיל זמן גיט מען אויף תשובה, מיר געפינען ארבעים יום באַ נינוה, נאָר דאָס איז באַ אינו יהודי וואָס אפי' נאָך די תשובה איז ער אויך אַ גוי אַ בן נח. ביי אידן געפינען מיר די צייט אויף תשובה – אַ יאָר אַזוי ווי בימי מרדכי ואסתר.

אַ נאַר לייגט אָפּ אויף מאָרגן און אַ קלוגער טוט גלייך215.


-----  הערות  -----

215) ספר השיחות תש"ב ע' 117.