ספריית חב"ד ליובאוויטש

צב

ברכות ו, א: תפילין דמארי עלמא מה כתיב בהו . . ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ.

אַמאָל האָט מורנו הבעש"ט געזאָגט, אַז אידן זיינען די תפילין דמארי עלמא, כמאמר (ברכות ו, א) תפילין דמארי עלמא מה כתיב בהו216 ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, אידן זיינען ממשיך דעם אחד ה' בארץ.

אין תפילין זיינען פאַראַן צוויי תפילין: תפלה של ראש און תפלה של יד. אידן וואָס זיינען די תפילין דמארי עלמא זיינען פאַראַן תפילין של ראש אידן בעלי מוחין און בעלי תורה, און תפילין של יד אידן בעלי מדות טובות.

די ברכה פון הנחת תפילין איז אשר קדשנו במצותיו וצונו וגו'. השי"ת האָט אונז אידן געהייליקט מיט די מצות. די ברכה אויף תפילין מאַכט מען אויף ביידע תפילין, אויפן של ראש און אויפן של יד, און לייגן באַדאַרף מען ביידע תפילין, אָבער פריער לייגט מען תפלה של יד און נאָכדעם תפלה של ראש.

אין הנחת תפילין שלמעלה מיינט דער של יד די פעולת עבודה פון אנשים פּשוטים, און דער של ראש מיינט די פעולת עבודה פון בעלי תורה. הנחת תפילין שלמעלה איז די עבודה בקבלת עול פון אנשים פּשוטים העכער פון דער עבודה פון די בעלי מוחין אין ידיעה והשגת התורה217.


-----  הערות  -----

216) דברי הימים-א ו, לג.

217) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 133. וראה לקוטי שיחות ח"ב ע' 299.

ובלקוטי שיחות ח"ט ע' 348 הערה 7: ואף שהבעש"ט הי' משבח ומפליא דוקא עבודת אנשים פּשוטים, וכידוע תורת הבעש"ט . . בענין מה שתפלין של יד קודם לתש"ר, שזהו לפי שהעבודה דקבלת עול של אנשים הפּשוטים היא נעלית יותר מהעבודה של בעלי מוחין בידיעת והשגת התורה –

הרי מזה עצמו שביאר מעלת אנשים הפּשוטים בזה שהם תפלין של יד, מובן שגם מעלתם של אנשים הפּשוטים – שייכת וקשורה בענין התורה שבהם, שהרי תפלין הו"ע המוחין (אלא שתש"ר הוא מוחין דז"א ותש"י הוא מוחין דמל' – כדאיתא בכתהאריז"ל ע"ד תפלין. ו"תש"י הם תש"ר דרחל" (סי' האריז"ל)), תורה, וכידוע (ראה בארוכה ד"ה איתא במדרש תהלים תרנ"ג – נדפס בספר המאמרים תש"ח ע' 271. סה"מ תרנ"ג ע' רעט ואילך) בביאור מרז"ל (מדרש תהלים עה"פ (א, ב) כי אם בתורת ה' חפצו) קיימו מצות תפלין ומעלה אני עליכם כאילו אתם יגעים בתורה יומם ולילה.