ספריית חב"ד ליובאוויטש

צג

ברכות ח, א: מיום שחרב בית המקדש אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד.

דער אַלטער רבי האָט אַמאָל געזאָגט בשם מורנו הבעל שם טוב אויף דעם מאמר חז"ל, משחרב בית המקדש אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה – די ד' אמות וואָס מאַכן אים פאַר אַ מהלך218.


-----  הערות  -----

218) ספר השיחות תש"ב ע' 108, ושם:

שפּעטער האָט זיך גערעדט אַ ביאור אויף דעם און דער אַלטער רבי האָט דאַן גערעדט דעם הפרש פון די ענינים וואָס איז געווען אין ביהמ"ק און וואָס מען האָט געזען ביים בעש"ט.

די מעלה פון בעש"ט לגבי די ענינים וואָס איז געווען אין ביהמ"ק: אין ביהמ"ק, זאָגן די חז"ל, שמשם היו שואבים רוח הקודש, וואָס דער פּירוש פון רוה"ק, איז רוח טהרה לטהר את הטהורים, איז ווען מ'איז געקומען אַהיים פון ביהמ"ק האָט מען דאָס ניט געקענט איבערגעבן צו אַנדערע.

ביים בעש"ט האָט מען שואב געווען רוה"ק, דאָ איז דער פּירוש רוח תשובה, זייענדיק ביים בעש"ט איז מען נתעורר געוואָרן לתשובה, און קומענדיק אַ היים איז צוקוקנדיק זיך צו זיין הנהגה האָט עס געמאַכט בעלי תשובה.

און דער אַלטער רבי האָט מסיים געווען אַז דעם כח האָט דער בעש"ט איבערגעגעבן לכל ההולכים בדרכיו, אַז זייענדיק ביי אַ טיש אָדער אין די ד' אמות פון תלמידי תלמידיו נעמט מען תשובה.