ספריית חב"ד ליובאוויטש

צד

שבת י, א: חיי עולם . . חיי שעה.

. . . האָט דער רבי געזאָגט אַ תורה, אין דער תורה איז געבראַכט געוואָרן דער מאמר הגמרא אַז לימוד התורה ווערט אָנגערופן חיי עולם, און די עבודה פון תפלה ווערט אָנגערופן חיי שעה, האָט דער בעש"ט געטייטשט, לימוד התורה איז חיי עולם, דאָס איז אַ הוראה – לערנונג – ווי דער מענטש באַדאַרף זיך פירן אין חיי עולם – אין דעם וועלט לעבן – אָבער תפלה איז חיי שעה, שעה הייסט קערן זיך219, די עבודה פון תפלה ווערט אָנגערופן חיי שעה דאָס לערנט דעם מענטשן ווי מ'באַדאַרף זיך קערן און בעטן ביים אויבערשטן ברוך הוא220.


-----  הערות  -----

219) ראה גם ספר המאמרים תרל"ו ח"ב ע' שמז. תרנ"ד ע' שכט. ובכ"מ.

220) אגרות-קודש אדמו"ר מוהריי"צ ח"ג ע' קצא. וראה גם ספר השיחות תרצ"ו ע' 122. וממשיך באגרות-קודש שם:

אַז ר' מרדכי האָט דערהערט די תורה וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט וועגען תורה און תפלה און דער אונטערשייד וואָס צווישען זיי, און ער – ר' מרדכי – איז דאָך געווען דער גרויסער למדן אין נגלה און האָט געהאַט די גרויסע ידיעה אין קבלה, האָט ער דאָך דערהערט די אמת'קייט פון דעם וואָרט, האָט די תורה וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט מכח חיי עולם און חיי שעה באַ אים – ר' מרדכי'ן – געמאַכט אַ גאַנצע איבערקערעניש, און האָט אָנגעהויבן האָרעווען אויף די עבודה פון תפלה.

בביאור מאחז"ל מניחין חיי עולם ועוסקים בחיי שעה – ראה גם מאמרי אדה"ז אתהלך לאזניא ע' פז ואילך. שערי תשובה לאדמו"ר האמצעי ח"ב כו, א ואילך. ספר המאמרים תרכ"ז ע' שסג ואילך. תרכ"ט ע' רמד. ספר המאמרים קונטרסים ח"א קח, א ואילך.