ספריית חב"ד ליובאוויטש

צה

שבת סט, ב: הי' מהלך במדבר ואינו יודע אימתי שבת כו'.

ר' מרדכי . . . האָט געהערט פון דעם בעש"ט – אין די ערשטע צייטן וואָס ער איז געקומען צו דעם בעש"ט – אויף דער גמרא שבת (ס"ט ע"ב) אויף דעם מאמר:

אמר רב הונא הי' מהלך במדבר ואינו יודע אימתי שבת, מונה ששת ימים (מיום ששם אל לבו שכחתו, ומשמר השביעי – רש"י) ומשמר יום אחד, חייא בר רב אומר משמר יום אחד ומונה ששה, במאי קמיפליגי מר – רב הונא – סבר כברייתו של עולם (ימי חול נמנו תחלה – רש"י) ומר – חייא בר רב – סבר כאדם הראשון (שנברא בע"ש, ויום ראשון למנינו שבת הי' – רש"י). עס זיינען פאַראַן – זאָגט דער בעש"ט צווייערליי עבודות, די עבודה פון ששת ימי החול, און די עבודה פון שבת, אין יעדער וואָך וואָס דאָס איז זעקס טעג, זעקס ספירות און מדות, חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד, מוז זיין איין טאָג שבת וואָס דאָס איז די ספירה און מדה מלכות, אין דעם – אין דער עבודה פון ששת ימי החול און יום השבת – איז אויך פאַראַן צווייערליי סדרים, צי די זעקס טעג אַרבעט זיינען פריער און דער זיבעטער טאָג איז שבת דער שכר פון די ימי עבודה, צי פריער איז דער שבת און פון דעם שבת קומט די שפע אין די זעקס טעג, די עבודה פון ששת ימי החול איז תורה, און די עבודה פון שבת איז תפלה, תורה ווערט אָנגערופן מדבר, אמר רב הונא, הי' מהלך במדבר, איינער איז אַריינגעטאָן אין תורה, ואינו יודע אימתי שבת, און ווייסט ניט פון דער עבודה פון תפלה, איז די עצה צו דעם מונה ששה ימים, באַדאַרף ער האָרעווען מיט זיינע ששה מדות אויף צו פאַרשטיין און דערמאָנען זיך צוליב וואָס איז ער באַשאַפן געוואָרן, אַז דער עיקר איז צו דערקענען דעם גדלות ה' און דאָס איז נאָר אין דער עבודה פון תפלה, און דאָס זאָגט רש"י מיום ששם לבו שכחתו, און נאָך די ששת ימים איז משמר יום א' וואָס דאָס איז דער יום השביעי די עבודה פון תפלה בקבלת עול מלכות שמים וואָס דערפאַר איז דאָס מלוכה, חייא בר רב, דער וואָס האָט אַ חיות אין תורה, דאָס הייסט דער וואָס לערנט תורה לשמה באַ דעם איז דער סדר אַז משמר יום אחד ומונה ששה ימים, באַ אים איז די עבודה פון תפלה גיט חיות אין דער עבודה פון תורה, בריתו של עולם איז דאָך בשביל עבודת הבירורים איז די עבודה פון תורה פריער, און דער שכר איז עבודת שבת, די עבודה פון תפלה, אדה"ר יציר כפיו של הקב"ה221, דאָס איז די עבודה פון שבת וואָס דאָס איז תפלה פריער און עס גיט אַ חיות אין תורה222.


-----  הערות  -----

221) ראה ב"ר פכ"ד, ה. קה"ר פ"ג, יא (ב).

222) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' קצא ואילך. וראה גם ספר השיחות תרצ"ו ע' 122. וממשיך באגרות-קודש שם:

אָט די תורה איז געווען איינע פון די ערשטע תורות וואָס ר' מרדכי האָט געהערט פון בעש"ט און עס האָט אויף אים געמאַכט דעם גיהעריקן רושם אַז ער האָט זיך אָנגעהויבן עוסק זיין בעבודת התפלה, די תורה איז ר' מרדכי'ן געווען קלאָהר אותיות צו צייהלען, און פלעגט זי חזר'ן מיט דער זעלבער שטימע ווי ער האָט געהערט פון בעש"ט, און נאָך יעדער מאָהל איבער'חזר'ן די תורה פלעגט ער נתעורר ווערען מיט אַ חשק ורצון אין דער עבודה פון תפלה און אַזוי איז געווען דעם מאָהל אויך, אַז ר' מרדכי איז געקומען פון דער טייכל וואו ער האָט זיך טובל געווען, האָט ער זיך גענומען מכין זיין צום דאַוונען און ער האָט אַ פּאָר מאָהל איבערגע'חזר'ט דעם רבינ'ס תורה האָט זיך גוט פאַרטיפט, און געשטעלט דאַוונען.

וראה לקו"ת ברכה צו, ב בפירוש מאמר אבא בנימין על תפלתי שתהא סמוכה למטתי.