אגרת קכה

שלום1 לאהובי הרבני הוו"ח כמ"ר יצחק דאקטער.

אחד"ש טוב ישיג לו גם ברוך2 יהי'.

הנה עס איז מיר אן גיקומען זיין בריף, און איך האב עם גילייענט פאר גאט שומע תפלה, זאל צו הערין זיין גיבעט און זאל אן נעמען זיין פארשט, גלייך וויא עס שטייט כי אין מחסור ליראיו3, עס הייסט עס גייט ניט אפ צו דיא וואס פארכטין זיך פאר גאט. און ווען אין דער הייליגע תורה שטייט עס גייט ניט אפ מיינט מען בוודאי בגוף ונפש.

בכן דער עיקר תמיד צו פארכטין זיך פאר גאט, וויא עס שטייט אשרי אדם מפחד תמיד4. דהיינו מען זאל גלייבין אז גאט איז פול די וועלט, ווי עס שטייט הלוא את השמים ואת הארץ אני מלא5, און ווי ער האט מתחלה באשאפען די וועלטין אזוי באשאפט ער זיי אלע טאג, ווי עס שטייט מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית6. ווארום מתחלה האט ער דאך אייך ניט מיט הכרח7 באשאפען נאר מיט8 זיין רצון, אזוי איז אלע טאג שטייט די וועלט מיט זיין רצון, ווען ניט זיין רצון9 חלילה וואלט אין איין רגע נישט בלייבין גיווארען.

און אמענטש איז אויך אגאנצע וועלט10, פון זיין מחשבה אן ביז די מעשה, ווי גאר אין דער הייליגער תורה איז דער מיט פול. בכן מוזט מען גלייך היטין די מחשבה. ווי די מעשה, רק אדרבה דער עיקר איז די מחשבה, הייסט אייבערשטע וועלטין, מען זאל זיין אן געבונדין אן גאט תמיד צו דיינקען, וויילע עס אים די מחשבה צו טראכטין און די אויגען צו זעהען און די אויערין צו הערין, ממילא פארשטייט זיך דאך אז דער וואס מאכט זעהען זעט ער בוודאי און דער וואס מאכט הערין הערט ער בוודאי, גלייך ווי עס שטייט הנוטע אזן הלא ישמע אם יוצר עין הלא יביט11. דער נאך שטייט היוסר גוים הלא יוכיח. דער פאר מוז מען זייער פארכטין זיך און שעמען זיך, אז גאט זעט און הערט און ווייס אלע מחשבות וואס מען טראכט, און שיינקט ניט סיי צו גוטין, סיי פארקערט ח"ו צו שטראפען פער איטלעכער מחשבה דבור ומעשה, דער פון דערוועקט זיך גרויס חרטה און ודוי און תשובה שלימה אז מען האט דאס תמיד אין זיך.

גם מוז מען גלייבין, אויף איטליכער ווארט און איטליכער אות פון די אותיות וואס גייען ארויס פון מויל באשאפט מען מיט קדושה אמלאך קדוש, און פארקערט ח"ו באשאפט ער אויף זיך אכזרים. בכן זאלט איר גיוויינען זיך צו זאגין תהלים אלע טאג, און איר זאלט גלויבען אז מיט די ווערטער ווערען באשאפען מלאכים קדושים, וואס וועלען אייך העלפען צו גוטין טאן.

גם דעם הייליגען שבת צו היטין זייער, און איר זאלט גלויבען אז מיט קדושת שבת ווערט געהייליגט אגאנצע וואך. וואס איר וועט מער נזהר זיין דעם ש"ק פון איסורים אין מחשבה דבור ומעשה חלילה, שלא יעבור שום איסור שבת, וועט מער אלץ געהייליגט וערין דיא וואך.

גם איר זאלט נזהר זיין זיך אין דיא זאכן וואס הייליגען און רייניקין דעם מענטשין, היינו נטילת ידים וברכת הנהנין כדינה, און תיקון חצות, און טבילה בעת הצורך כתיקונה, טובל זיין זיך ב' פעמים12, פעם א' להעביר הטומאה ופעם הב' לקבל הקדושה.

און מחבר זיין זיך תמיד צו יראים ושלמים, צו לערנען זיך זייערע מעשים טובים.

און למעה"ש צוא אנטלויפין פון לצים און רשעים, ווארום דיא חבורה איז זייער שלעכט [ה' יצילנו]. און נזהר זיין זיך פון לשון הרע און רכילות און ליצנות און שקר, ווארום דאס נעמט גאר די יראה אוועק לחלוטין. און פון כעס זייער נזהר זיין זיך, ממש גאר ניט. און זאל נזהר זיין פון טרויערקייט.

ווייטער ווייטער, ביז עס וועט אליין ליכטיג13 ווערין אין זיינע אויגין. און לוסטיק צו זיין וואס ער איז אגאטס דינער. בין איך בטוח אז ער וועט אויף גיהייבען ווערין, וואס ער וועט גאר ניט וויסען ווי גאט וועט [עם] העלפען.

ואתה שלום14, ואני תפלה לה' ויחזיק במעוזו15 מעשה השלום.

דברי המעתיר בכל לב

שניאור זלמן


1) נדפסה במאה שערים סי' ט. חכמי ישראל ע' 118. גנזי נסתרות סי' כה. משנת יואל ע' לג. אגרות בעה"ת סי' קלו [בשניים האחרונים – גם בתרגום ללה"ק]. אגרות-קודש מהדורת תש"מ אגרת פו. ומועתקת בכת"י (540 צג, א. 1201 כב, א). ונזכרת בבית רבי עז, ב.

בגנזי נסתרות שם חתום "אברהם מקאליסק" [ומשם העתיקו כן גם באגה"ק שבאבות החסידות בארה"ק מכתב סט]. אבל בהערת כ"ק אדמו"ר זי"ע עה"ג שם כותב שהוא טה"ד.

אודות מקבל האגרת ראה בית רבי שם, ונזכר גם בשארית יהודה אהע"ז סי' ח.

אגרות אליו, מהרבנית שטערנא (אשת רבינו), מאדמו"ר האמצעי, מהרה"ק ר' חיים אברהם בן רבינו, מאדמו"ר הצמח צדק, ומהר"א הלוי מסטאראשעלע נדפסו בבטאון חב"ד גליון 35-34 ע' 10.

2) גם ברוך יהי': ע"פ תולדות כז, לג.

3) אין מחסור ליראיו: תהלים לד, י.

4) אשרי . . תמיד: משלי כח, יד.

5) הלוא . . מלא: ירמיה כג, כד.

6) מחדש . . בראשית: ברכות קריאת שמע.

7) הכרח: נ"א: הענט.

8) מיט: נ"א: מער ניט.

9) ווען ניט זיין רצון: כדלעיל אגרת מה, ובהנסמן בהערות שם.

10) א מענטש איז אויך אגאנצע וועלט: סנהדרין לז, א.

11) הנוטע . . יוכיח: תהלים צד, ט-י.

12) טובל זיין זיך ב' פעמים: השוה שוע"ר סי' תרו סי"א.

13) ליכטיג: נ"א: לעבעדיג.

14) ואתה שלום: ש"א כה, ו.

15) יחזיק במעוזו: ע"פ ישעיה כז, ה.


קכה) ; ר' יצחק דוקטור; סדר הנהגה בעבודת ה'