ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- היום יום /
- כסלו /
- כט כסלו ה דחנכה /
כט כסלו ה דחנכה
די עבירות פון די אידען (אין דער צייט פון די יונים) זיינען געווען: דאס חבר'ן זיך מיט די יונים, לערנען זייער קולטור, חילול שבת ומועד, עסען טריפות, ניט היטן די אידישע טהרה. די שטראף-צרה איז געווען דער גייסטיגער חורבן פון בית המקדש, הריגה און שקלאפערי אין גלות. דורך תשובה און מסירת נפש איז געקומען די גרויסע ג-טליכע וואונדער-ישועה, דער נס חנוכה.