ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח אדר א

דער אלטער רבי האט אמאל אריינגערופען א יונגערמאן פון דעם מגיד'ס תלמידים, און האט איהם געזאגט - מיט א ניגון, כדרכו - : "איד האב א מצוה פון ולמדתם אותם את בניכם, דו האסט א מצוה פון זן ומפרנס בני ביתו, לאמיר זיך בייטען: איד וועל דיר געבען דו זאלסט קענען מקיים זיין דיין מצוה, און דו לערען מיט מיין זון - דאס איז געווען דעם מיטעלער רבי -. און האט איהם מבאר געווען סדר הלימוד: דאס ערשטע לערענט מען אותיות א. ב. ... וואס איז אן אלף - א פינטעלע פון אויבען, א פינטעלע פון אונטען, און א קו באמצע - דאס איז אן אלף. א קינד מוז וויסען, אז דער אלף פון תורה איז דער יוד פון אויבען דער יוד פון אונטען מיט דעם קו פון אמונה וואס באהעפט זיי. נאך א נוסחא איז דא: "א יוד למעלה דאס די נשמה, א יוד למטה דאס איז דער גוף און א קו של יראת שמים באמצע".