ה סיון, עחה"ש, מט לעומר

ערב חג השבועות תקנ"ז אמר רבינו הזקן תורה: וקדשתם היום ומחר גו' וקדשתם היום ומחר זהו מלמעלה, אבל וכבסו שמלותם דאס דארף מען אליין. דאס איז געווען די גאנצע תורה. דער צ"צ האט מבאר געווען: וקדשתם איז געזאגט געווארען צו משה'ן, און אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, וואס זיי קענען הייליג מאכען דעם היינט און דעם מארגען, אבער מ'דארף דערצו וכבסו שמלותם - לבושי מחשבה דבור ומעשה, וואס דאס דארף מען אליין.