ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט' סיון

די וועלט דארף האבען טהרת האויר. טהרת האויר איז נאר דורך אותיות התורה. די אותיות שבתורה זיינען א שמירה כללית און א שמירה פרטית. חלוקת השתא סדרי משנה (בעל-פה) איז א "ובלכתך בדרך"'דיקער. די משנה וואס מען וועט חזר'ן וואו מען וועט זיין, אין וואס פאר א פלאץ מען וועט זיין, וועט מען באלייכטען די פארבינדונג פון ישראל מיט קוב"ה. משנה איז אותיות נשמה. עס איז זייער שווער צו געפינען די ווערטער אויסצודריקען דעם גרעסטען תועלת בעזה"י אין דער שמירה כללית און דער שמירה פרטית, וואס דער כסדר'דיגער חזר'ן משניות וועט בעזה"י בריינגען. און עס פעלען אויס די ווערטער צו באשרייבען דעם גרויסען נחת רוח, וואס מען וועט פארשאפען דעם בורא עולם ב"ה.