ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תקיא

ב"ה, ח' תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט די נעמען פון אייערע טעכטער תחיינה.

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אויך און אייערע קינדער שיחיו אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

וואס מען האט אייך געשריבען צו געבען צדקה אין באשטימטע צייטען, אזוי ווי די אנגעוויזענע צייטען זיינען באזונדער מזל'דיק אז השם יתברך זאל מקיים זיין און אננעמען די בקשה, איז ווען אפילו איר גיט פיל צדקה אין אנדערע צייטען, זאלט איר אבער דורכאויס טאן אין די אנגעוויזענע צייטען מעג זיין אפילו נאר א פעני אדער צוויי, און השם יתברך ויתעלה זאל אייך מצליח זיין צו אנזאגען גוטע בשורות וועגען זיך און אייערע קינדער שיחיו.

בברכה.

נ.ב.

דאס וואס דער פריערדיגער בריף איז געווען גע'חתמ'ט דורך דער מזכירות איז דאס נאר די חתימה, אבער דאס גאנצע איז געשריבען געווארען, ווארט בא ווארט, ווי איך האב איבערגעגעבען, און צו באשטעטיגען דאס, חתמ'ע איך - אלס אויסנאם - דיזן בריף.