ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תקעה

ב"ה, כ"ט תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה

מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ה' חקת און דעם פריערדיקען, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער לעצטען באזוך בא... בנוגע דער בית הכנסת שבמחנו הט'.

לויט ווי עס זעהט זיך פון אייער באשרייבען, האט מען אייך מלמעלה געגעבען א זכות ועל פי מאמר רז"ל אין אדם נוגע במוכן לחבירו, דעריבער לאזט מען ניט אוועקנעמען דאס פון אייך, חאטש עס איז פארשטענדליך אז מען דארף טאן אלס מעגליכע צו פארזעצען אין דעם און בנוגע צו געלט אבער די ניט געהעריגע פאראינטערעסירונג וואס עס דאכט זיך אייך, דארף דאס אייך ניט קאלט מאכען אייער ארבעט נאר אדרבה, ווי געזאגט אויבען.

אויף אייער פראגע ווי קען דאס זיין אז איר זאלט קענען דורכפירן די זאך.

- ווי עס איז באוואוסט איז איינע פון די יסודות פון תורת הבעש"ט אז פון יעדער זאך קען מען און מען דארף ארויסלערנען א הוראה אין דער עבודת ושליחות האדם בעולם הזה, און איינע פון די הוראות וואס מען קען ארויסלערנען פון דעם פאפולערען באגריף "אטאם איידזש" אז א קליינער טייל אין קוואנטום קען צושטערען א גאנצע שטאט און הונדערטער טויזענטער מענשן ר"ל, ווייל אין דער קליינער טייל האט השי"ת אריינגעגעבען א אויסערגעוויינליכע ענערגיע, איז אויב עס איז אזוי אין מדת פורעניות וחורבן ר"ל, און אפילו אין פיזיש מאטעריאל, על אחת כמה וכמה וקל וחומר בן בנו של קל וחומר, אז אזא קראפט איז פראן אין א נפש איש הישראלי און קען אויפטאן במדה טובה אין תיקון ובנין. און איך בין זיכער אז די ווייניגע שורות וועלען אייך צוגעבען מוט און באלייכטונג אין אייער ארבעט.

בנוגע צו עקספערטען וועלכע זאלען באטייליגען זיך אין דעם משפט מצד הימין, לויט ווי מען רעאגירט דא, דארפמען האבען אזעלכע וועלכע ריידין א גוטען ענגליש, און וועלכע זיינען זיכער פראן צווישען אגודת הרבנים און איגוד הרבנים הסתדרות הרבנים וכו'.

אין ערווארטונג פון גוטע בשורות שיוצא לצבא בישראל לנקום נקמת ה' און ניט אפגעשוואכט ווערען, ויה"ר שיהי' בהצלחה גדולה.

ד'תקעה

מו"ה ברוך: ליטווין, מט' קלעמעס. אגרות נוספות אליו - לעיל ד'תעו, ובהנסמן בהערות שם.

בית הכנסת: משפט המחיצה. ראה לעיל שם.