ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תרא

ב"ה, ה' מנ"א, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה דוד שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך האברכים הנוסעים לאה"ק ת"ו מר דאלעפן שי' ומר זאנד שי', אויך איז אנגעקומען אייער בריף פון כ"ה תמוז, ויהי רצון שתמיד כל הימים יבשר טוב בטוב הנראה והנגלה, און ספעציעל לויטן מאמר רז"ל אין טוב אלא תורה זאלט איר אנזאגען גוטעס וועגען לימוד התורה בכלל און תורת החסידות ביחוד, ועד מתי אתם מחשים, און ווי עס ווערט ערקלערט בארוכה בשער ההקדמות להרח"ו, אז דורך מיעוט בלימוד פנימיות התורה איז מען מעכב די גאולה (דרך אגב שרייבט אויך אזוי הגר"א בפירושו למשלי), און דורך הפצת לימוד זה אין אייגענעם חוצה און אין דעם חוצה בפשטות - איז - קאתי מר, ויהי רצון אז איר זאלט גלייך אנהויבען אין דעם און זעהען אז אויך די סביבה זאל אזוי טאן, והשי"ת יצליחו.

בייגעלייגט איז דא א קונטרס וואס איז איצטער ערשינען, און געוויס וועט איר אויך מזכה זיין את הרבים אין דעם. וזכות הרבים תלוי בו.

בברכה.

ד'תרא

מו"ה דוד: טננהויז, בטהורסט. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ח ב'שצב. ח"ט ב'תרלט.

האברכים הנוסעים: בשליחות המרכז לעניני חנוך. ראה ס' תולדות חב"ד בארה"ב ע' רעט-רפ.

הגר"א: ראה גם לעיל ח"ט אגרת ב'תתפו, ובהנסמן בהערות שם.