ספריית חב"ד ליובאוויטש

כרך יד

ד'תשמז

ב"ה, ד' תשרי, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ איש רב פעלים בעל מרץ

ובעל מדות

כו' מו"ה משה זלמן שליט"א

שלום וברכה!

איך האב ערשט באקומען אייער בריף פון יום ב', און איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם, אז איר האט געפונען אייער גאנצע משפחה שיחיו געזונט און גאנץ, און אויך אז עס איז געווען א אסיפה און מ'האט באשלאסן צו אנהויבען גלייך דעם בית ספר בית רבקה, לויט ווי עס האט זיך גערעדט דא, און דער ריידען איז געווען בא א חסידישער התועדות, וואס דענסטמאל איז דא א ספעציעלע המשכה וברכה, און דעריבער האף איך אז אויך אין דעם וועט מען זעהן א הצלחה מופלגה. און וויבאלד די תורה הק' זאגט אונז אז דער אויבערשטער ברוך הוא בלייבט ניט קיין בעל חוב, וועט דאס זיכער בריינגען א צוגאב ברכה והצלחה צו די וואס טוען אין דעם, און בפרט צו די וועלכע שטייען אן שפיץ.

וויבאלד אז אויך איך בין אריין אין שותפות, איז חאטש איך בין זיכער אז עס וועט ניט פעלען קיין געלט אין אויסטראליע זעלבסט, וואו די בית רבקה וועט אריינבריינגען דער עיקר ליכטיקייט. דאך וויל איך האבען א חלק אויך אין דעם פינאנסיעלען טייל, און לייג דא ביי מיין באטייליגונג-טשעק פאר דער יסוד וחיזוק בית ספר בית רבקה ליובאוויטש אשר באויסטראליע, ויהי רצון איך זאל זוכה זיין אז די געלט זאל נאך צוגעבען אין דער אויבען געזאגטער הצלחה.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה לו ולכל המשפחה שיחיו און בפרט צו אייער זון מר דוד און זיין פרוי שיחיו, וואס זיכער נעמען זיי אויך א הויפט איינטייל אין דער גרינדונג און אויפהאלטונג פון דער בית רבקה, ווי עס האט זיך גערעט זייענדיק דא אין ברוקלין.

ובברכה צו געזונט ואריכות ימים ושנים און אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידישער נחת, פון קינדער קינדס קינדער און זייער קינדער שיחיו, און השם יתברך זאל אייך העלפען אז נאך פילע יארען זאל מען באקומען פון אייך גוטע בשורות בנוגע צו אייערע ענינים הפרטים און אויך בנוגע די ענינים הכללים.

המצפה לבשו"ט בקרוב.

ד'תשמז

מו"ה שלמה זלמן: פייגלין. מלבורן. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ג ד'שפד, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ד'תתז. ד'תתקנ.

געפינען אייער גאנמצע משפחה: לאחר הנסיעה לאה"ק ולארה"ב. ראה לעיל שם.

בית רבקה: במלבורן. שיסד כ"ק אדמו"ר שליט"א בקיץ תשט"ז. ראה לעיל חי"ג אגרות ד'תנו. ד'תרלא. ד'תרסה. ד'תרעא. ד'תשח. לקמן ד'תתז. ד'תתנ. דתתקיא. ד'תתקנ. ה'ק.

גערעדט דא: ראה לעיל חי"ג אגרת ד'תרסה.

התועדות: כ' מנ"א תשט"ז (ראה שיחות קודש תשט"ז ע' 338).

אריין אין שותפות: ראה לעיל חי"ג אגרת ד'תנו.