ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תשצה

ב"ה, ב' מ"ח, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה דוד שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ח תשרי, און השי"ת זאל העלפען אז פון איצטער אן און ווייטער זאלט איר אנזאגען נאר גוטע בשורות בהנוגע צו די אלע ענינים וואס איר שרייבט, און עס זאל גיין פון גוט צו נאך בעסער.

וואס איר שרייבט וועגען אייער זיין אין האטעל, און דעם תוכן פון די לימודים דארט. - א שאדן און א צער וואס איר האט ניט פארווירקליכט אייער גוטע מחשבה צו לערנען פאר זיי חסידות (דא"ח), און אדרבה, דאס וואס דער ראש המדברים האט געזאגט אז דער עולם איז ניט געוואהנט צו דעם, איז דאס א הוראה באצבע, אז איר זייט דער ערשטער צו אויפדעקען פאר זיי דעם חלק תורה, און דער ראש המדברים איז ניבא ולא ידע מה ניבא, און ווי עס טרעפט ליידער גאנץ אפט בא מענשן.

דאס וואס בא דעם ראש המדברים זעהט אויס פאר א טענה, אז מען איז ניט געוויינט צו אזעלכע לימודים, איז די פראגע שוין פארענטפערט געווארען און ערקלערט געווארען באריכות לפי ערך אין דעם קונטרס לימוד החסידות.

זעלבסט פארשטענדליך, אז איך מיין ניט צו מצער זיין אייך מיט דאס געזאגטע, נאר צו אויפמערקזאם מאכען, אויף צו נאכקוקען בעתיד פאר אזעלכע שטייגער געלעגענהייטען, און בימינו אלה, איז ניט גענוגענד צו ווארטען אויף אזא [ס]ארט געלעגענהייט, נאר מען דארף דאס נאכזוכען, און ווי עס איז באוואוסט די שיחה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אין דעם דיוק הלשון עוסק בתורה עוסק במצוה, אז דאס דארף זיין אזוי ווי אן עסק בגשמיות, אז מען ווארט ניט ביז עס וועט קומען אימציער און פארשלאגען א עסק, נאר מען זוכט דעם קונה און מען רעט עם איין וכו', וק"ל.

הפ"נ שבמכתבו, יקרא בעת רצון על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

בברכה לבשו"ט.

ד'תשצה

מו"ה דוד: טננהויז. בטהורסט. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ג דתרא. ובהנסמן בהערות שם.