ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתז

ב"ה, ג' מ"ח, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ רב פעלים עוסק בצ"צ בעל

מדות

מו"ה משה זלמן שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ח תשרי, און אויך דעם בריף פון אייער זון אברהם שי', און לויט ווי איך האב עס שוין געשריבען, איז יעדער זאך וואס עס בריינגט ריוח פאר דער ישיבה אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש, איז פארשטענדליך אז איך בין מסכים און בין צופרידען פון דעם, און א ריוח אין ענינים פון ישיבה איז שטענדיג סוף כל סוף א ריוח רוחני, ווארום אז עס קומט צו געלט קומען צו תלמידים, עס קומט צו מער שעות לערנען און ענליכעס, און השם יתברך זאל העלפען אייער זון שי' אז דאס זאל עם בריינגען בתוך כלל ישראל, אלעס גוטע צו וועלכעס ער האפט.

איר דערמאנט ניט אין אייער בריף וועגען דער ענטוויקלונג און פראגרעס פון בית רבקה בפרט און עניני חב"ד בכלל, אבער איך בין זיכער אז איר און אייערע קינדער און אייניקלעך טוען אין דעם אלץ וואס עס פאדערט זיך, און מיר האבען דאך [די] הבטחה פון רבותנו הק' אז עס וועט זיין בהצלחה.

און בפרט אז מיר קומען דאך איצטער פון די סוכות טעג, וועלכע ווערן אנגערופן זמן שמחתנו, וואס חסידות פארטייטשט דעם לשון רבים אין דעם, אז השי"ת פרייט זיך מיט אידען און אידען פרייען זיך מיט השי"ת, און מיר זיינען אנגעזאגט געווארען צו מיטנעמען פון די טעג אויף א גאנץ יאר.

בפ"ש לכל בני המשפחה ובהצלחה בכל האמור ולבשורות טובות.

ד'תתז

מו"ה משה זלמן: פייגלין, מלבורן. אגרות נוספות אליו - לעיל ד'תשמז, ובהנסמן בהערות שם.

לתוכנה ראה אגרת הקודמת.

פראגרעס פון בית רבקה: ראה לעיל אגרת ד'תשמז, ובהנסמן בהערות שם.

חסידות פארטייטשט: ראה גם לעיל אגרת ד'תשצ. ח"י גרת ב'תתקעד.