ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתיד

ב"ה, ו' מ"ח, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען די פאמיליע באציהונגען:

בכלל זעהט מען פון פארקטיקע אין אזעלכע פאלען וואס עס טרעפט אין די ערשטע עטליכע יאר נאך דער חתונה, אז דער בעסטער וועג איז, עס זאל זיך אויסגלייכען און איינשטעלן א שלום אויף לאנגע יארען, צו דער צופרידענהייט פון ביידען - איז דאס דורך ניט לייגען קיין אכט אויף דער ניט איינשטימונג, וואס זיכער איז דאס נאר א צייטווייליגע זאך, און וואס ווייניקער אכט מען לייגט און מען זעצט פאר יעדער פון זיין זייט מיט דאס גוטע, אלץ גיכער שטייט זיך דאס אויס און עס גלייכט זיך אויס.

זעלבסט פארשטענדליך אז, אוף א פאסענדען וועג וועל איך פרובירן טאן אין דעם וואס עס לאזט זיך, אבער איך האף אז אויך איר פון אייער זייט וועט זיין ווי אויבען געשריבען, און עס איז באוואוסט דאס וואס געשריבען איז, כמים הפנים לפנים כן לב האדם לאדם, און בפרט אז עס האנדעלט זיך בין איש לאשתו, און די חז"ל האבען געזאגט אז, אשה דמעתה מצוי', דארפמען זיין פארזיכטיג אין דער באציהונג צו איר אז עס זאל זיין מילד און בדרכי נועם, און השם יתברך זאל מצליח זיין אז בקרוב ממש זאלט איר אנזאגען פון א ענדערונג צום גוטען פאר אייך ביידען, און אז איר ביידע זאלט מגדל זיין אייער זון שי' לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

בברכה - המחכה לבשו"ט.

ד'תתיד

דאס זיינען: ראה גם קובץ מכתבי תהלים ע' 211 בהערה.