ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתמג

ב"ה, י"ז מ"ח, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ד' וירא, און זיכער האט איר אין צווישען צייט באקומען מיין ענטפער אויף אייער פריערדיקען בריף.

עס וואונדערט מיר אייער שרייבען, אז קיינער שטייט ניט מיט אייך אין פארבינדונג, אין דער צייט אז ווי איך האב אייך געשריבען אין מיין פריערדיקע בריף, פארהאנדעלט'ן דא מיט דער הסתדרות הרבנים און הרב האלענדער שטייט אין פארבינדונג און וועלען זיך אויך באטייליגען מיט געלט, חאטש זיי זאגען ניט וויפל, אויך אין מיין געשפרעך מיט הרב האלענדער האט ער גערעט וועגען פארען אלס מומחה (עקספערט) וכו', און זיכער ווייסט איר דאס אלץ פון דער ערשטער קוועלע.

מיין כוונה וואס מען האט גערעט מיט הרב העכט שי' אז ער זאל אייך טעלעפאנירען, איז געווען, אלס צוגאב צו דאס אויבען דערמאנטע, ווייל זייענדיק א אויסגעצייכענט רעדנער אין ענגליש און מאכט א שטארקען איינדרוק אויף פערשידענע קרייזען, און דא אזוי ווי אין אנדערע ערטער, איז דער איינדרוק אויף דעם שופט און אויף די אנוועזענדע שפילט א גרויסע ראליע בהנוגע צום פסק דין, האב איך גערעכענט אז מען דארף דאס האבען אין זכרון, און זיין גרייט, און ווען מען וועט דאס דארפען באשליסען, אויב מען זאל דאס אויסניצען.

אין צווישען צייט האב איך באקומען דא א ידיעה אז עס זיינען פראן געוויסע קרייזען צווישן די קאנסערוואטיווע, וועלכע ווילן צורייבען די זאך, איבערטראכטנדיק וועגען דעם אויסגאנג. איך ווייס ניט אויף וויפיל דער קלאנג איז באגרינדעט און וואס איז דער יסוד צו דעם, און מובן ווען דער שופט זאל בלייבן אין א גוטע שטימונג דארפמען ניט דורכלאזען די געלעגנהייט צו באקומען א באשלוס וועלכער זאל דינען אויך אלס פרעצענדעט פאר אנדערע ערטער.

וואס איר שרייבט וועגען ענטשולדיגען פאר אייער שרייבען, זעלבסט

פארשטענדליך אז עס [איז] ניטא פאר וואס צו ענטשולדיגען, און האף אז נאך לאנגע יארען וועט איר שרייבען און השי"ת זאל העלפען עס זאל זיין מיט פרייליכען אינהאלט בהנוגע צו ענינים הכללים וענינים הפרטים, און אין די ענינים הכללים זאל אויך איינגעשלאסען ווערען ניט נאר ארבעט פאר אידישקייט בכלל נאר אויך טאן בהנהגת חסידות, און ווי דער ווארט פון רבנו הזקן דער גרינדער פון חסידות חב"ד, וואס ער האט געזאגט, אז חסידות איז ניט א זאך פאר חב"ד אליין אדער פאר א טייל פון אידען, נאר דאס איז א זאך פאר אלע אידען, און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט, אז א גוטע זאך וואס מען קען טאן היינט לייגט מען ניט אפ אויף מארגען.

ליידער דארפען נאך אייניגע דעם וואס זאל זיי ערקלערין אז די זאך איז גוט, און איך האף אז דער איינער וואס וועט אנפירען מיט דער מיסיע אין דער סביבה פון מאנט קלעמעס, וועט דאס זיין ר' ברוך ליטווין שי', און וויבאלד אז איר שרייבט אז גדולי ישראל שטימען סיי ווי ניט איין מיט אייך, וועט איר זיכער ניט נתפעל ווערען אויב עס וועלען זיך געפינען אזעלכע וועלכע האלטען זיך פאר גדולי ישראל און וועלען ניט איינשטימען מיט אייער פראפאגאנדע פאר חסידות, ולפום צערא אגרא.

בברכה לבשו"ט.

ד'תתמג

מו"ה ברוך: ליטווין, מט' קלעמעס. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ג ד'תעו, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ה'רלח. ה'רסב.

פארבינדונג: בקשר למשפט המחיצה בביהכ"נ, דלעיל שם.

דער ווארט: ראה גם לעיל ד'תשסט, ובהנסמן בהערות שם.