ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך יד /
- ד'תתמז /
ב"ה, י"ז מ"ח, תשי"ז
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף דיין בריף פון י"ד מ"ח.
לדעתי, און נאכן באטראכטען די אלע טעמים וואס דו שרייבסט, אז דעם יאר זאלסט דו אוועקגעבען אינגאנצען אויף לימודי קדש, און לערנען דאס מיט התמדה ושקידה, און איך האף אז בהשתדלות וועסטו געפינען א פאסענדע חברותא, און זעלבסט פארשטענדליך אז איך מיין ניט די טובה פון וועמענס אנדערס, נאר דאס איז פאר דיין טובה, און אז דו וועסט לערנען דעם יאר בשקידה הנכונה, איז דענסטמאל בא דעם ענדע פון יאר וועט מען זיך קענען צונויפריידין אין די פראגעס וועלכע דו בארירסט אין די ענדע פון דיין בריף, אויך זעלבסט פארשטענדליך, אז עס איז ניטא קיין שום יסוד צו איבערטראכטען וועגען דיינע חושים און אז דער לערנען איז פרעמד וכו' וכו', ווארום דאס איז נאר א פראגע פון וועלען, און ווען מען לערנט אן בלבולים, ניט טראכטען וועגען אנדערע זאכן (והכל עשה יפה בעתו), און אין דער פאסענדער צייט בין איך זיכער אז דו וועסט זיך איינארדנען, און מיטן אויסניצען דיינע כשרונות באופן אז דו וועסט זיין צופרידען בגשמיות און אויך ברוחניות.
בברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א