ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתקיט

ב"ה, יו"ד כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

... וועגען דיין פראגע צי גיין צו דער חתונה פון פב"פ. בכלל איז ניט קיין ענין צו פירען ברוגז, וביחוד אז יעדער איד גלויבט בהשגחה פרטית, דארפמען זיין בטוח, אז אלקים חשבה לטובה, ובפרט על פי המבואר בחסידות בתורת הבעש"ט ובתורת החסידות (עיין אגרת הקדש לרבנו הזקן סי' כה) און דעריבער דארף מען זיך משתתף זיין אין דער שמחה פון א אידען או בפרט א קרוב, און בהנוגע וויפיל צו פארבריינגען דארטען, צי נאר בא דער חופה אדער אויך שפעטער, וכיו"ב, דארפמען זיך צונויפריידין אין דעם מיט אנ"ש וועלכע געפינען זיך אויף א ארט.