ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתקלג

ב"ה, י"ד כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים ובעל

מדות

הרב זאב שי'

שלום וברכה!

אלס צוגאב צו דעם גרוס וואס איך באקום פון אייך און אויך פון די אנדערע חברים פון שובה ישראל דורך זייערע בריף צו אנ"ש שיחיו דא, בין איך געווען באזונדער צופרידען פון אייער שרייבין די גוטע בשורה פון דער פארשטארקונג פון די שיעורי תורה פון לימוד תורה הקטנים עם הגדולים, און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט קענען אויספירען אן שוועריקייטען דעם רצון הבורא יתברך צו פארשפרייטען אידישקייט תורה ומצות אין אלץ - גרעסערע און מערערע קרייזען, און בפרט אז מיר דערנעהנטערן זיך צו די טעג פון חנוכה וועלכע זיינען די טעג פון נסים ונפלאות, זאל מקוים ווערען לויטן נוסח וואס מיר זאגען (כמו שהי') בימים ההם (זאל דאס זיין אויך) בזמן הזה.

און בפרט די אלע וועלכע זיינען שייך צום בעל שם טוב, תלמידו הרב המגיד הגדול ותלמידו וממלא מקומו רבנו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, וואס די באפרייאונג פון זיין מאסר גייען מיר פייערען די ענדע וואך, י"ט כסלו, האט מען א באזונדער הילף פון מלמעלה אין ענינים פון תורה ומצוות, ווי עס [איז] באוואוסט דער פסק דין פון בית דין של מעלה, ווי עס האט דאס דערציילט דער זון פון רבנו הזקן, כ"ק אדמו"ר האמצעי, אז בגלל המסירות נפש הלזו (של רבנו הזקן) על תורת החסידות, פסקו בבית דין של מעלה, אשר בכל ענין של תורה יראת שמים ומדות טובות תהי' יד מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה.

בבקשה איבערגעבען ברכתי, ברכת חג הגאולה צו יעדערען פון די חברי שובה ישראל, און אויך זיי זאלען קענען אנזאגען בקרוב וועגען נצחונות פון הפצת תורה, יהדות וחסידות, עד שיגיעו גם חוצה

בייגעלייגט איז דא א חוברת י"ט כסלו, וואס האפענטליך וועט איר באקענען מיט איר אינהאלט את הרבים, וזכות הרבים תלוי בו.

בברכת חג הגאולה ופ"ש לכל החברים שיחיו.

ד'תתקלג

נדפסה בלקו"ש חט"ו ע' 525 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

הרב זאב: גרינברג, בוענאס איירעס. אגרת נוספת אליו - לקמן ה'קנד.

שובה ישראל: ראה לקמן אגרת ה'קנד.