ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתקלט

ב"ה, ט"ו כסלו, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ. י.

די לאנטשען קאמיטע פון די בענסענהוירסט ליידיעס

אקזילערי, מרת הענרי נאסהארן, מרת עללא ר. קרעמער,

מרת ש. סורטשין

ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג וועגן אייער לאנטשען צו דער געלעגנהייט פון צוואנציג-יעהריגער טעטיגקייט, און אין עהרע פון אייער חשוב'ער פרעזידענטין הרבנית פריידא תחי' קאזארנאווסקי.

שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו דער חשוב'ער פרעזידענטין, צו דער לאנטשען קאמיטי און צו אלע מיטגלידערינס פון דער אקזילערי, ווי אויך צו אלע פריינט און אנטיילנעמערינס אין דער אונטערנעמונג.

אזוי ווי אייער לאנטשען קומט פאר כ"ג כסלו, צווישן די לכיטיגע טעג פון י"ט כסלו און חנוכה, האף איך אז די אונטערנעמונג וועט זיך אויסצייכנען מיט גרויסע דערגרייכונגען, און וועט אריבערשטייגען די צילען וועלכע זי האט זיך געשטעלט, און האט דערווארטעט.

עס איז באוואוסט דער מאמר רז"ל וועגען חנוכה, אז דער יום-טוב איז פארובנדען מיט העלדישע אידישע פרויען און זייער מסירות-נפש'דיגע אויפפירונג אין יענער תקופה, ניט קוקענדיג אויף אלע שוועריגקייטען און גזירות וועלכע זיי האבען געדארפט בייקומען. און דעריבער זאגען חז"ל אף הן היו באותו הנס - די פרויען האבען אויך א חלק אין דעם נס, און נאך מער - אז דורך זיי איז געווען דער נס.

עס איז אויך באוואוסט, אז יעדער יאהר ווידערהאלט זיך יענע תקופה אין דעם זין, אז עס איז א עת רצון מיוחד פאר דערגרייכונגען אין אלע ענינים פון תורה ומצוות, לויט דעם נוסח פון דער ברכה - שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה.

און לויט דעם אויסדרוק פון מיין שווער, כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דער גרינדער פון דער ישיבה פאר וועלכער איר האט דעם זכות צו זיין טעטיג: מען דארף זיך צוהערען וואס די ליכטעלעך - נרות חנוכה - דערצעהלען, זאל השם יתברך אייך מצליח זיין זיך צו-צוהערען און דערהערען, און ברענגען דאס אין מעשה בפועל.

בברכה להצלחה בעבודתן בקדש ווי אויך בעניניהן הפרטים.

ד'תתקלט

דעם אויסדרוק: ראה גם לעיל ח"י אגרות ג'קלז. ג'קמא. לקמן ד'תתקנט.