ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתקנ

ב"ה, י"ז כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ רב פעלים מו"ה משה זלמן

שי'

שלום וברכה!

פון צייט צו צייט באקום איך גרוסען פון אייך און פון פאמיליע מיטגלידער אייערע שיחיו, און אויך וועגען עניני חב"ד בכלל, לעצטענס אבער שרייבען אנ"ש ווייניגער ווי פריער, ועל אחת כמה וכמה בערך דאס וואס מען וויל וויסען, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט וועלכען מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקלה"ה נבג"מ זי"ע, אז חסידות האט אויפגעטאן אז יעדער חסיד וואו ער זאל זיך ניט געפינען און גיין, איז ער ניט עלענד, ווארום ער בלייבט שטענדיג פארבונדען מיט חסידים, איז אויב דאס איז אזוי אפילו איידער מען טרעפט זיך פערזענליך, אין דאך דאס איז א פיל שטארקערערע מאס נאך א פערזענליכע באפריינדונג.

און אזוי ווי מיר גייען דאך ענדע וואך פייערען דעם יום הבהיר י"ט כסלו, וואס אויף דעם האט רבנו הזקן געזאגט, פדה בשלום נפשי גו' כי ברבים היו עמדי בין איך זיכער, אז בא חסידים ואנ"ש בכל מקום שהם, וועט פארשטארקט ווערען דער געפיל און פארבונד פון איינעם מיט דעם צווייטען, ניט נאר אין פארשטאנד אליין נאר דאס וועט אויך בריינגען צו מעשים בפועל, ביז ווי דער אויסשפראך פון רבותנו נשיאנו, להשתתף בשמחת רעהו וכו', און איך האף צו באקומען פון אייך גוטע בשורות פון אייערע ענינים הפרטים און אויך פון די ענינים הכללים, און ספעציעל פון די מוסדות חינוך ישיבת אהלי יוסף יצחק און בית רבקה, וואס דאס גייט אריין אין דעם ענין פון הפצת המעינות חוצה, ויהי רצון אז די ידיעות און די בריף זאלען געשריבען ווערען מתוך בריאות הנכונה געזונטערהייט און פרייליכערהייט.

בפ"ש לכל בני ביתו כל אחד ואחת שיחיו, ובברכת חג הגאולה גאולתנו ופדות נפשנו הוא יום הבהיר י"ט כסלו.

ד'תתקנ

נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 258 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מו"ה משה זלמן: פייגלין, שפרטון. אגרות נוספות אליו - לעיל ד'תשמז, ובהנסמן בהערות שם.

תוכן כזה - גם לבנו דוד וזוגתו.

דעם ווארט: ראה גם לעיל ח"ד אגרת תשפה, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ה'קכא.

בית רבקה: ראה לעיל אגרת ד'תשמז, ובהנסמן בהערות שם.