ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתקנא

ב"ה, י"ז כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב', אין וועלכען איר פרעגט, אזוי ווי אין אייער אומגעבונג זיינען ניט פאראן קיין ארימע לייט, און פון דער אנדער זייט ווילט איר אבער מקיים זיין מצות הצדקה.

א) בכלל אין אזא פאל, גיט מען צדקה און מען לייגט דאס אוועק אין א באזונדער ארט, און דערנאך שיקט מען דאס אפ צו [א] באגלויבטען גבאי צדקה, אז ער זאל דאס פארטיילען דארטען (אויב אין צווישען צייט טרעפט מען ניט קיין ארימע לייט אויפן ארט).

ב) אזוי ווי איצטער קען מען ניט מקיים זיין די מצוה פון עולה לרגל זיין, פרעגט איר מיט וואס קען מען דאס פארבייטען.

עס זיינען פראן אייניגע ספרים אין וועלכע עס ווערט ארומגערעט דער ענין פון יעדער מצוה ברוחניות, וואס אויף רוחניות איז דאך ניט געווען קיין גלות, און די מצוות וועלכע זיינען פארבונדען מיטן בית המקדש, ווי הקרבת הקרבנות, וואס בגשמיות קען מען דאס ניט מקיים זיין איצט, זאגט מען דאך אז דאס איז דער ענין פון עבודה זו תפלה, וואס כנגד קרבנות תקנום, אזוי אויך די מצוה פון עולה לרגל זיין, איז דאך געווען אויף לעלות לראות ולהשתחוות, דורכגעדרונגען ווערען מיט קדושה, השתחואה וביטול צו אלקות, איז דעם חלק הרוחני פון דעם, קען מען מקיים זיין אויך איצטער דורך התבוננות אין גדלות הבורא ית' ביז מען קומט-צו, צו ביטול עצמו, ווי עס ווערט ערקלערט דאס אין לקוטי תורה פרשת ברכה, צח, ב. בכלל די שרשי המצות און די רוחניות'דיקע הסברה פון זיי, קען מען געפינען אין דעם ספר המצות להצמח צדק על פי חסידות, און אין ספר החינוך בדרך המוסר...

בברכה.

נ. ב.

בייגעלייגט איז דא איינע פון די אויסגאבעס וועלכע איז פארבונדען מיט י"ט כסלו וועלכען מיר גייען פייערען ענדע וואך, וואס זיכער וועט איר דאס לייענען מיט דעם געהעריגען צוטראג, און נעמען פון דעם א מוסר השכל און באקענען דערמיט אויך אייערע פריינד און גוטע פריינד שי'.

אין אייער פראגע, וועגען א באזוך, ווען איר וועט זיין אין ברוקלין, איז שטענדיק בעסער שרייבען צו מזכירות, בכדי צונויפריידין זיך וועגען דעם טאג און צייט.

ד'תתקנא

מו"ה חיים: גאסטפריינד, טורונטו.