ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תתקנו

ב"ה, י"ט כסלו, תשי"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון יום ב', אין וועלכען דו שרייבסט, אז חאטש עס איז געווארען בעסער, דאך איז פון צייט צו צייט פראן מחשבות המבלבלות, און וואס איז דער תירוץ הכללי אויף דעם.

לויט ווי עס ווערט ערקלערט אין חסידות און אין תניא בפרט, איז דער כללות'דיקער ענטפער און דער אמת'ר [ענטפער] אויף דעם, אז עס [איז] ניטא קיין צייט צו פלפול'ן זיך אין דעם, ווארום א איד איז פארנומען און דארף זיין באשעפטיגט אין תורה ומצות, און בדרך ממילא שוואכט דאס אפ דעם צד שכנגד, און בפרט נעמענדיק אין אכט אז אחוץ וואס מען דערף טאן מיט זיך דארפמען אויך טאן פאר דעם צווייטען, וכמה שכתוב ואהבת לרעך כמוך, און בפרט די חברים אין דער ישיבה, און השם יתברך זאל דיר מצליח זיין אז דו זאלסט גיין מחיל אל חיל ולהיות ירא שמים חסיד ולמדן.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר