ספריית חב"ד ליובאוויטש

ה'עד

ב"ה, כ"ו טבת, תשי"ז

ברוקלין.

האברך שמואל שי'

שלום וברכה!

נאך א לאנגען און גרויסען איבעררייס איז אנגעקומען דיין בריף פון י"ט טבת, און איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם אז אין קעמפ איז אלץ בסדר און איך האף אז בעצייטענס וועט מען באווארענען אז מען זאל שטיין אין פארבינדונג מיט זיי אויך נאכן פארלאזען דעם קעמפ, אויף א פאסענדען אופן, וואס דורך דעם וועט מען אריינגעבען אין זיי חיות אין אידישקייט תורה ומצותי' און איך האף אז ווייניגסטען א טייל פון זיי וועלען פארבלייבען לערנען אין די מוסדות חב"ד במחנם הט' דורך דער השפעה פון זייער זיין אין קעמפ.

המחכה לבשו"ט בכל האמור.

ה'עד

שמואל שי': גורביץ, מלבורן.

אין קעמפ: ראה לעיל - ה'סח.