ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך יד /
- ה'עט /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך יד > ה'עט
ב"ה, כ"ז טבת, תשי"ז
ברוקלין.
ארגון נשי ובנות חב"ד אשר בכפר חב"ד
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
זיינער צייט האב איך באקומען אייער כללות'דיקן בריף מיט אייערע
אינטערשריפטען, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער פארשטארקונג און באפעסטיקונג פון אייער פאראייניגונג און דער עיקר וועגען דער פארבעסערונג אין עניני מצוה און ספעציעל אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט פרויען, וואס אויף יעדערע פון זיי זאגט מען דאך אז זיי זיינען טעכטער פון שרה רבקה רחל ולאה, וואס דער מיין אין דעם איז, אז השם יתברך גיט זיי ספעציעלע כחות פון די נשמות פון די הייליקע אמהות.
וואס אט דער וויסען, שטארקט דעם מוט אויף ניט נתפעל ווערען פון שטערונגען און אפהאלטונגען, און מען זעהט במוחש, אז דאס צוטרעטען צו א ענין מיט א ברייטקייט און שטארקייט, מאכט דאס אליין קלענער די מניעות און אויך אלס צוגאב אז דער צוקומען דערנאך צו געוואונשענעם צוועק איז מיט מער הצלחה.
און השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, וואס זיכער וועט דאס בריינגען א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך און אויך די גאנצע משפחה יחיו.
בייגעלייגט איז דא א בריף אין פארבינדונג מיט דעם יום הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועלכער איז דער גרינדער פון כפר חב"ד און פירט עם אן אויך איצטער, און זיכער איז ער עומד במרום און מעורר רחמים רבים אויף יעדער איינעם פון תושבי הכפר און אויף אלעמען צוזאמען, אז דער כפר זאל מיט רעכט טראגען זיין הייליגען נאמען חב"ד, און עס זאל זיין אין עם שפע ברכה והצלחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
מיט האפענונג צו באקומען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען גאזאגטע בקרוב.
ה'עט
א בריף: דלעיל ה'נח.